לאקאל און נאציאנאל

“סיריעל באמבארדירער” אין אוסטין

טעקסאס – פאליציי און עף-בי-איי אויטאריטעטן אין אוסטין, טעקסאס האבן נעכטן געזאגט, אז ווי עס זעט אויס, האבן זיי צו טון מיט א “סיריעל באמבארדירער”, דאס הייסט עמיצער וועלכער האט אונטערגענומען א באמבארדירונג קאמפיין, און וועט ווארשיינליך דורכפירן נאך אטאקעס. די דעקלעראציע איז געקומען נאכדעם וואס זונטאג נאכט האט פאסירט א פערטער אויפרייס אין אוסטין, אבער אנדערש ווי די ביז יעצטיגע דריי פעלער, האט דאס פעקל נישט אויפגעריסן נאכדעם וואס די באטראפענע האבן עס געעפנט, נאר דאס עפענען דאס פעקל אליין האט געצויגן א דראט, וועלכע האט אקטיוויזירט די באמבע, און צוויי מענער זענען פארוואונדעט געווארן. די עף-בי-איי אנטזאגט זיך דערווייל עס צו דערקלערן אלס טעראריזם, אבער פאליטישאנס האבן נעכטן געזאגט אז מ’מוז עס דערקלערן “טעראריזם”, אפגעזען צי עס ווערט דורכגעפירט דורך א מוסולמענער, א ווייסער ראסיסט א.ד.ג.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.