א 77 יעריגער אמעריקאנער בירגער מיט א היסטאריע פון פארברעכן איז ווידעראמאל אנגעקומען אין טורמע פאר מארד – נאכן באפרייט ווערן פון טורמע צוליב דעם וואס ער איז שוין צו אלט צו דורכפירן רציחות, און ער איז מער נישט קיין געפאר פאר דאס מענטשהייט.
פאריגע וואך האט מען געפינען שולדיג אין א געריכט אין מעין דעם מערדער אלבערט פליק וואס האט אומגעברענגט א מענטש מיט א מעסער שטעכנדיג 14 מאל פארנט פון די אייגענע קינדער.
זיכערהייט קאמערעס האבן אפגעכאפט ווי אזוי פליק האנדלט זיך איין צוויי מעסער’ס, און צוויי טעג שפעטער האט ער אומגעברענגט א פרישע קרבן, נאכן האבן אויף זיינע הענט בלוט פון אסאך מענטשן.
אין יאר 1979 איז ער אריינגעשליידערט געווארן אין טורמע פאר 25 יאר נאכן אומברענגען א מענטש. אין 2004 איז ער באפרייט געווארן, און 6 יאר דערויף האט ער זיך ווידעראמאל געטראפן אין טורמע פאר פיר יאר, טראץ וואס די פראקוארן האבן געבעטן מער.
דער ריכטער האט געזאגט אז פליק איז “צו אלט אדורכצופירן פרישע מארדן”, און אצינד האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס’הייבט זיך נישט אן, רוצח בלייבט רוצח.
רוצח בלייבט א רוצח