אריזאנע – א דרייווערלאזע קאר פון “אובער” אין טעמפע, אריזאנע, האט אראפגעקלאפט און אומגעברענגט א פוסגייער, ברענגענדיג פרישע פראגעס צי די דרייווערלאזע טעכנאלאגיע איז שוין גענוג גוט אנטוויקלט און פארגעשריטן, אז מען זאל עס קענען געטרויען פראנק און פריי. לויט די אריזאנע פאליציי אויטאריטעטן, איז דער אובער קאר געווען אנגעשטעלט אלס “דרייווערלאז” בשעת’ן עקסידענט, אבער א מענטשליכער דרייווער איז געזעסן ביים רעדל צו באאבאכטן וויאזוי דער קאמפיוטער סיסטעם אפערירט. די נאציאנאלע טראנספארטאציע זיכערהייט באורד האט געזאגט, אז זי שיקט אראפ עטליכע אויספארשער צו דערגיין וואס און וויאזוי עס האט פאסירט, און אובער האט גלייך סוספענדירט אלע אירע דרייווערלאזע קארס איבער’ן לאנד, זאגנדיג אז זי וועט אויספארשן מעגליכע פעלערן אין איר טעכנאלאגיע.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.