אמווייניגסטנס 25 מענטשן זענען אומגעקומען אין א פייער וואס האט אויסגעבראכן אינמיטן די נאכט אין א דייווינג שיפל אין די סענטא קרוז אינזל קעגן די קאליפארניע האפן, און נאך ניין מענטשן זענען דערווייל פארלוירן.
ווי אויטאריטעטן זאגן האבן אונטערוואסער שווימער געטראפן 25 קערפער אן קיין צייכענעס פון לעבן, 20 פון זיי האט מען שוין ארויסגעצויגן פון וואסער, און די איבעריגע איז נישט מעגליך דערוייל ארויסצושלעפן.
די פייער האט אויסגעבראכן אויף די ‘קאנסעפשאן’ שיף וואס איז לאנג 23 מעטער, די סיבות פון די פייער איז דערווייל אומקלאר. ס’האט זיך געפינען דארט אין א דריי טאגיגער שיף רייזע, באזוכנדיג געוויסע שיינע ערטער וואו מ’קען שווימען אונטערן וואסער.
פינף שטאב איינגעשטעלטע אין די שיף זענען געראטעוועט געווארן דורך אריינשפרינגען פון די ברענעדיגע שיף אין וואסער, און זענען געראטעוועט געווארן דורך א פארבייפארענדע שיפל. די שיף האט געברענט פון אויבן ביז אראפ, ס’איז נישט געווען קיין אינטש אינעם שיף וואס איז נישט געווען איינגעהילט איו פלאמען.
די מענטשן וואס זענען געשלאפן אין דעם אונטערשטן שטאק זענען געווען פארכאפט אין די פלאמען. פינף העליקאפטערס זענען געקומען העלפן אבער די היץ ווי אויך די רויעך האט זיי געשטערט פון קענען זוכן מעגליכע איבערלעבער און זיי ראטעווען.