רחל שטייט פארגלאצט ביים פענסטער, ווי איר רוטין יעדן טאג, וועט זי ווארטן ביזן אנקום פון שמעי.

שמעי, איר פינעוו יעריגער אינגל, איז א זיסע נשמה, א בא’חנ’ט צדיק’ל וואס ברענגט הויפנס נחת, און אינספיראציע פאר זיינע עלטערן, געשוויסטער, און פאמיליע ארום.
ענדליך ערשיינט די באס, שמעי שפאנט אראפ.

רחל באמערקט אז שמעי’ס גיין איז אנדערש. א צווייטער וואלט דאס נישט באמערקט, אבער אירע אינסטינקטן אלס מאמע האבן דאס דערשפירט. זי האט אנגעהויבן וועבן און שפינען זארגפולע געדאנקען.

שמעי קומט אריין אין שטוב, זיין געזיכט איז פלאמעדיג רויט, ער קוקט אויס זייער פארשוויצט, און חלשות’דיג, פון זיין באקן רינען שווייס, און ער פארמאגט סימנים פון בריען ארום זיין געשוואלענע אויגן.
ש-מ-ע-י! קוויטשעט זי, וואס איז געשען? עמיצער האט דיר אנגעשפריצט מיט הייס וואסער? איינער האט דיר אפגעבריעט? קוקסט אויס געפערליך, לאמיר רופן די דאקטער, “מיר גייען שוין אריבער!”

שמעי איז גאנץ קלוג פאר זיין עלטער, אבער ער פארשטייט נישט וואס עס גייט פאר…

שמעי קום, מיר גייען צום דאקטער” זאגט רחל, זיי קומען אן צום דאקטער, און זי ווערט שאקירט! זי זעט דארט לאה, מרים, יהודית, און בת-שבע, אלע פון זיי מאמעס פון קינדער אין שמעי’ס קלאס. אלע ווארטן אריינצוגיין צום דאקטער מיט די קינדער.

רחל טראכט צו זיך וואס האט זיך שוין אפגעטון אין שמעי’ס חדר היינט?! מען דארף פארהאלטן די הנהלה”.

עס קומט אן איר רייע, דער דאקטער שמייכלט און גיבט א פרעג, “איז אייער קינד א תלמיד אין מוסד שערי חמין?” יא, קומט איר ענטפער, דער דאקטער רעדט ווייטער זאגנדיג, אהא, אייער קינד איז לכאורה אויך געווארן אויסגעטרוקנט און פארברענט אויפן וועג אהיים. “לייגט דרוק אויף אייער מוסד.”

“וואס הייסט?” לאזט נישט רחל נאך “וויאזוי ווערט מען פארטרוקנט אין חדר?” אויף וואס דער דאקטער ענטפערט “דער מוסד ווי אייער שמעי לערנט, פארמאגט נישט קיין עירקאנדישן אויף די באסעס, אייער שמעי מיט אלע אנדערע קינדער וואס זענען געווען דא ביי מיר אין קליניק, זענען פון די לעצטערע גאסן אויפן חדר רוט, און זיי זיצן אויף א באבלדיג הייסן באס, פאר באלד א שעה, דאס קען ברענגען אסאך קרענק, און אומבאקוועמליכקייטן, בריען, און אנדערע צער, נעבעך פאר שמעי, ער וועט באקומען א קריעם, אבער זעט תיקף צו רופן די הנהלה און די וואס זענען באאויפטראגט אין די מוסד, און מיט הילף פון גאט ווער איר באווייזן זיי צו איבערצייגן אז דאס איז א שפיל מיט פייער, א שפיל מיט שמעי’ס לעבן, א שפיל וואס קען פירן צו טערמינען ארויס פון א שפיל חס ושלום, זאל נישט ארויסגעשריבן ווערן.

רבותי! קליינע עופה’לעך ווערן טאג טעגליך געפירט אין די גאסן ווי סארדינען ואין פוצה פה, “עס איז צייט צו ברעכן די רשעות’דיגע שטילקייט!

עס פאסירט טאג טעגליך, אז קינדער ליידן זיך צוזאם ווייל די מוסדות ווי זיי האלטן זיך אויף קימערן זיך נישט גענוג צו צושטעלן עירקאנדישנד באסעס.
עס איז באקאנט אז באסעס ווערן מער הייס ווי אויטאס, ווען זיי זענען פארשפארט, לעצטנס הערשט א אויפוואכונג אין די טעמע, נאך וואס עס האט געקאסט אסאך לעבנס, און ליידער אויך אידישע לעבנס, און די וועלכע זענען דאס דורך טראגן ביטערע שולד געפילן, נישט דא קיין שום תירוץ שבעולם, אז א מוסד זאל פירן אונזערע טייערע קינדערלעך מיט די הייסע וואגאנען, שוויץ-טרעקלעך, וואס זענען איבערגעפולט מיט פארע, און דומפיגקייט, יעדער איז דערצו מודה.

מ’זעט אסאך מאל ווי געלע באסעס רייסן אזוי אריבער די גאסן, אין הייסע טעמפרעטוארן, און עס דערקענט זיך ווי די דרייווערס האבן זיך ליב, און האבן זיך אינזין, באקומענדיג לופט דורך ווייסע פענס וואס זיי לאזן זיך אינסטאלירן. “אינגערמאן ביסט הייס? אונזערע קינדער זענען אויך!” מ’זעט די מענעדזשערס און הנהלה מיטגלידער ארומפארן אין באקוועמע אויטאס ווי עירקאנדישן איז ארויפגעהאקט צום מאקסימום, שיסנדיג לופט אן קארגשאפט. דאקעגן שמייסן ארום באסעס, ווי פון די פענסטערס דערקענען זיך רויטע געזיכטער, נאסע פארשוויצטע פיאות, דעהיידערעיטעד אויסגעפייניגטע קינדערלעך שלא טעמו טעם עירקאנדישן. עס ברענגט ארויף די בלוט אים קאפ!

מיר בעטן זיך: טוט א טובה פאר אונזערע נפשות’לעך, פאר זייער זיכערהייט, שיקט אריין אין זייערע באסעס עירקאנדישנס! איר דארפט דאס נישט באצאלן, די גאווערמענט צאלט דאס!

מיר בעטן זיך, און “מיר מוזן שטורעמען!” אויב צווייפלט איר אין די וויכטיגקייט דערין, כאפט א רייזע אויף אזא באס פאר 40 מינוט, נעמט אבער מיט גענוג וואסער, און א טעלעפאן מיט הצלה אויף ספיעד דייל…

קודאס צו יעדע פון די חשוב’ע מוסדות התורה וואס האבן זיכער געמאכט אז די

קינדער ווערן נישט געפירט ווי הינער צום שחיטה, און האבן געברענגט די לעבנסוויכטיגע עירקאנדישן אויף זייערע באסעס, גליקלעך זענען די קינדער דארט, מען קימערט זיך פאר זייער וואוילזיין.

ענדיגט ליינען דעם ארטיקל, מאכט אייך א זכרון נאטיץ, צו א פרעג טון די טראנספארטאציע מענעדזשער פון די מוסד ווי אייער קינד לערנט, פרעגט אים: “אנטשולדיגט, זענען דא עירקאנדישן אויף מיינע קינדער’ס באסעס?” געדענקט אז באוויינען דערנאך קען קומען מיט א טייערע פרייז, און די טייערע פרייזן קענען אנקומען צו יעדן, קיינער איז נישט פארזיכערט.

גאט זאל אונז באהיטן, און האלטן די רעכטע האנט אויף אידישע קינדער.


האט איר מיטגעלעבט סיי וועלכע אינצידענט מיט קינדער וואס האבן געליטן צוליב הייסע באסעס אן עירקאנדישן? האט איר בילדער וויאזוי קינדער שוויצן אויף באסעס אן עירקאנדישן? לאמיר מאכן דערפון א מערכה!

איר קענט דאס אריינשיקן צו אידישער ווינקל, און מיר וועלן דאס באשרייבן אומזיסט, און דעקן די בילדער, לאמיר אויפטון פאר אומשולדיגע קינדער וואס ליידן צוליב שולדיגע מענטשן. נישט דא אזא זאך אז קינדער זאלן ווערן געפייניגט צוליב אומ’אחריות’דיגע מענטשן. מיר ווארטן אויף אייער בילד! האלט א וואכזאם אויג, מיר וועלן דאס אינאיינעם אפשטעלן!

שיקט ארום דעם ארטיקל, און פארשפרייט ארום די וויכטיגקייט פון די טעמע, עס קען אויסמאכן לעבנס!


איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.