קרית טאהש, בויסבריענד. – א פייער וואס האט אויסגעבראכן אויף די העכערע שטאקן פון א געביידע אין שטעטל, האט זיך מיט די הילף פון גאר היציגע טעמפרעטוארן, שנעל צעשפרייט גייענדיג ארויס פון קאנטראל, ביזן יעצט ביים שרייבן די שורות ווי טראקטארן מיט שפיזיגע גאפלעך זענען אויפן סצענע און ארבעטן צו אראפברענגען דעם שווארצן, נאסן, און חרוב’ן סטרוקטור
די שפאגל נייע געביידע וואס האט געהאלטן ממש ביי די לעצטע שטאפלען, בעפאר 4 פאמיליעס האבן זיך דערין געדארפט אריינציען, ווערט שוין אויפגעבויעט די לעצטע יאר, און עס זענען דערין אריין גאר אסאך ארבעט, קאפ, מח, געלט, און צייט, די בעלי בתים וואס האבן דארט געדארפט גיין וואוינען האבן אריינגעלייגט אסאך מיה צו אויסשטעלן שיינע אידישע דירות.
די פענסטערס האבן נאך פארמאגט די קלעב שילדן פון די פירמעס, גראד ארויס פון פראדוקציע, ווען אינעווייניג אין די פענסטערס האבן זיך אנגעזען פרישע שאפעס, נייע פראדוקטן וואס האבן געהאלטן אינמיטן ווערן אינסטאלירט.
ווי ערווענט האט זיך די פייער אנגעהויבן ווען עטליכע שמעלצער האבן געבויעט און געשניטן אייזן פאר א סקיי-לייט וואס האט געדארפט ווערן אינסטאלירט אויפן דריטן שטאק, עס איז גראד פארשפרייט געווארן אויף א ווילדע פארנעם, אזוי אז אלע ארבעטער זענען ארויסגעשיקט געווארן, האפנדיג אז מען וועט נאך קענען ראטעווען דעם קאמפלעקס.
די שווארצע רויעך קנוילן זענען געווארן דיקער און מאכטפולער, די לאקאלע פייערלעשער זענען ערשינען, און עוואקואירט אלע דערנעבנדע געביידעס.
די פייער האט אנגעהויבן איינעמען גרעסערע טיילן פונעם געביידע, און איז אריבערגעשפרינגען א צעמענטענע פייער בלאקאדע, און די פייערלעשער האבן אנגעהויבן שטעלן א ווידערשטאנד שטעלנדיג אין פאזיציע מאסיווע שלויכן וואסער.
פייערלעשער זענען אויך אריין אין די געביידע אויסהאקנדיג פענסטערס, און פרובירט צו אפהאלטן די פייער אראפצונידערן אין אנדערע שטאקן.
איין פייערמאן איז גראד געווארן שטארק פארוואונדעט ווען א שיכט ציגל זענען געפאלן אויף זיין ארעם, ער האט זיך צעבראכן די האנט, און נישט געקענט רירן זיינע ביינער, הצלה ד’קרית טאהש האבן אים באהאנדלט, און ער איז געווארן אריינגעפירט אין שפיטאל, דורך לאקאלע אמבולאנסן.
א צווייטער פייערמאן איז אויך שווער געשעדיגט געווארן פון די פייער, אפבריענדיג זיין גאנצע קערפער ווען זיין פייער דזשעקעט האט זיך צעלאזט, ער איז אויך געווארן באהאנדלט דורך הצלה, קרעכצנדיג פון יסורים.
דער פייערמאן ברייען וויליעמס האט געזאגט צו אידישער ווינקל “מיר קומען שוין פון א אויסגעמאטערטע פייער סצענע, מיר זענען שוין שוואך אנהויב טאג, מער ווי אסאך
אנדערע “סוף טעג”. עס קאסט שווערע כוחות, און אזא פייער איז עפעס וואס מיר האבן נישט אזוי אפט.
גייענדיג שווער, האבן די לאקאלע בויסבריענד סטאנציע, אריינגערופן אויך פייערלעשער פון די געגנטער ארום ווי בלענוויל, סעינט-עסטאש, סעינט-ראוז, און נאך אנדערע, עס האט זיך געטון א אנלויף פון עמערדזשענסי אגענטורן.
דער אדמיניסטראטאר פון שטעטל האט זיך אנטזאגט צו קאמענטירן איבער די פייער, און איין איינוואוינער וואס האט דארט געדארפט אריינמופן האט געזאגט צו אידישער ווינקל “עס איז אוממעגליך צו פארשטיין וויפיל כוחות דא ליגט, וויפיל ארבעט ווערט פארברענט, ווי שווער און קאמפליצירט דאס איז.”
אנוועזנדע זענען געווען פארבליפט, און מ’האט געקענט באמערקן ווי מענטשן זענען זייער איבערגענומען, דער שרייבער פון די שורות האט מיטגעהאלטן ווי א קליין עמאציאנאלע מיידל פון יענע גאס לאזט ביטערע טרערן, זאגנדיג “נעבעך, זיי ארבעטן שוין יארן אויף דעם, און האבן ניטאמאל געקענט הנאה האבן דערפון.”
מען האט אויסגעטיילט וואסער, און עסנווארג פאר די פאליציי און פייערלעשער, און פרובירט ארויסהעלפן די איינוואוינער פון אנדערע געביידעס וואס זענען געווארן פארשיקט פון זייערע דירות.
די טראקטארן האבן אנגעהויבן אראפברענגען די געביידעס, און איבערנאכט וועט נישט זיין מער קיין זכר פון די גאנצע זאך בבחינת וואס איז געווען איז געווען.