זענט איר באהאנדלט געווארן אין שפיטאל אומ’יושר’דיג?
די VFC גרופע וויל אייער שטימע זאל געהערט ווערן!
יעדן טאג צורקולירן שאקירנדע געשיכטעס, א אינגערמאן ראנגלט זיך פאר זיין לעבן אויף א רעספירעיטאר, א באליבטער באבע איז נישט געזונט און איז אליינס אין שפיטאל איבער יום טוב, א באקאנטער רב ווערט איגנארירט דורך זיינע נורסעס און דאקטוירים אין אן איבערגעשטרענגטן אנגעפולטן שפיטאל.
די סיטואציע ווערט נאר ערגער אין אונזערע לאקאלע שפיטעלער מיט די קאוויד-19 דורכגאנג, די ניו-יארק און ניו-דזשערזי שפיטאל סיסטעם איז נישט צוגעגרייט פאר קאוויד-19 און אונזער פאמיליע מיטגלידער און באליבטע ליידן ליידער די קאנסעקווענצן.
אבער, מיט אייער הילף, ‘ווי-עף-סי’ (וואויס פאר קאראנע) קען קעמפן צו מאכן א טויש.
אויב זענט איר דורך אן ערפארונג פון נעגלעקט אדער באהאנדלונג פארנאכלעסיגקייט זייענדיג אין שפיטאל פאר קאוויד 19, דאן קען אייער געשיכטע זיין מאכן א טויש פאר אונזער געמיינדע!
אן איבערגעגעבענער גרופע פון עסקנים, מעדיקל אויטאריטעטן און לויערס נעמען צוזאם פערזענליכע ערפארונגען פון מענטשן אזויווי אייך. מיר ווילן הערן אייערע געשיכטעס, ערפארונגען און שמועס אויסטוישן מיט נוירסעס, דאקטוירים און שפיטאל באאמטע.
מיט אייערע געשיכטעס קענען מיר קאנפראנטירן געזעצגעבער און אדמיניסטראציעס און פארלאנגען א טויש און קעמפן פאר די פארבעסערונג פון יעדע איינציגע פאציענט.
יעדע געשיכטע וועט פארבלייבן אנאנים און פריוואט און קיין שום נעמען וועלן נישט ווערן מיטגעטיילט אין קיין שום פאל.
אייער עדות איז גאר וויכטיג, אין א צייט וואס מיר ראנגלען זיך פאר וויכטיגע טריעטמענט, מער סופלייס און בעסערע קעיר אין אונזערע שפיטעלער, אינאיינעם, אונזערע געקליבענע ערפארונגען וועלן מאכן אן אימפעקט אויף אונזערע שפיטאל אדמיניסטראטארס און געזעצגעבער און מאכן א פאזיטיווע טויש פאר די צוקונפטיגע פאציענטן בעזר השם.
טיילט אונז מיט אייער געשיכטע, מאכט אייער שטימע זאל געהערט ווערן און מאכט א דיפרענץ אין אונזער געמיינדע!
סובמיט אייער ערפארונג היינט צו [email protected] אדער רופט אונז אויף 3474438485 צו דערציילן אייער געשיכטע.
אונזער וועבסייט איז: https://www.voiceforcorona.org/