מיינע געדאנקען אין צוזאמענהאנג מיט די וואקלענישן אינערהאלב טראמפ קאבינעט.
ערב תשעה באב נאכמיטאג קומט די ביטער-הילעריעס נייעס אז טראמפּ האט אונז ווידעראמאל נישט דיסעפוינטעד און געווארפן דעם מוטש אויפ’ן פארלאנג פון קעלי וואס איז אויפגענומען געווארן נאכדעם וואס דער מוטש האט געווארפן דעם ספייס. חד גדיא חד גדיא.
כ’האב זיך פארגענומען נישט צו רעדן מיט קיין טראמפער היינט ווייל ערב תשעה באב וויל איך נישט לאכן, און יעדער שמועס מיט א טראמפער מאכט א מענטש בשמחה. אבער כ’בין זיכער אז די טראמפערס וואס האבן פרייטאג געטאנצן קעדאטשקע אז טראמפּ האט ענדליך געטאן א קלוגע זאך און געפייערט ספייס און גענומען דעם מוטש, זענען היינט אין זיבעטן הימל אז טראמפּ האט געווארפן דעם מוטש און געלאזט דעם קעלי. ביי די חברה וואס רבינו טראמפ טוט איז זיכער גוט.
סתם אזוי ארויסצוברענגען א פוינט: די טראמפערס זענען כסדר ביזי זיך צו רייצן מיט אונז ווי קלוג זיי זענען, אז זיי האבן געוואוסט אז טראמפּ גייט ווערן פּרעזידענט אבער אונז נישט.
קען זיין זיי האבן געוואוסט אז טראמפּ גייט ווערן פּרעזידענט אבער וויאזוי ס’גייט אויסקוקן זעקס חדשים נאכדעם וואס טראמפּ גייט ווערן פּרעזידענט, און וויאזוי דאס ווייסע הויז גייט זיין א חוכא וטלולא, דאס האבן מיר נאר אונז געוואוסט און נישט זיי.
רעד צו א טראמפער וועט ער דיר מסביר זיין אז באמת איז אלעס גינגאלד נאר פשוט.
1. די מידיע….
2. די עסטאבלישמענט…
3. די ליעקס…
וויל איך די חברה זאלן וויסן אז מיר האבן אפילו *דאס* אויך פאראויסגעזאגט. אזוי גוט זענען מיר…
ס’איז נאר פאראן איין חילוק צווישן די צוויי פרעדיקשאנס.
די טראמפערס האבן געוואוסט אז טראמפּ גייט ווערן פּרעזידענט, א זאך וואס איז נישט מעגליך געווען במציאות פאראויסצוזאגן. דאס איז ריין נבואה, און אויף דעם זאגט דאך שוין די גמרא, משחרב בית המקדש נתנה נבואה לשוטים.
די רעשט יומען ביאינגס האבן געוואוסט וויאזוי דאס ווייסע הויז גייט אויסקוקן זעקס חדשים דערויף, אויב טראמפּ ווערט פּרעזידענט. דאס האט גארנישט מיט נבואה צו טאן. דאס איז ריין חכמה. ווי די גמרא זאגט חכם עדיף מנביא. יעדער מיט א שטיקל ברעין אין קאפּ האט דאס געוואוסט זייער קלאר.