וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן געזוכט צו בארואיגן דאס פאלק, זאגנדיג אז זיי ארבעטן העפטיג צו פארזיכערן אז די איבער צוויי טויזנט אימיגראנטן קינדער, וועלכע זענען אפגעטיילט געווארן פון זייערע עלטערן אין די לעצטע איינס און א האלב מאנאטן, ווערן צוריק פאראייניגט מיט זייערע עלטערן.
די אדמיניסטראציע זאגט אז ס’איז נישט אמת אז זיי זענען צעמישט מיט די חשבונות וויפיל קינדער עס זענען דא און וואו זיי ווערן געהאלטן, זאגנדיג אז זיי האבן א קלארן חשבון איבער’ן גענויען ארט וואו יעדעס איינציג קינד ווערט געהאלטן, און די פאראייניגונגען מיט די עלטערן וועלן זיין געענדיגט אין די גאר נאענטע טעג.
קריטיקירער האבן אבער געזאגט אז דאס איז נישט אמת, און ס’וועט דויערן א לענגערע צייט, וויבאלד טייל פון די עלטערן זענען שוין דעפארטירט געווארן צוריק צו זייערע היימלענדער, אן דעם וואס מ’זאל זיי צוריקגעבן זייערע קינדער.