לאקאל און נאציאנאל

וויכטיגע סופרים קאורט אורטיילן דערווארט

וואשינגטאן – היינט הייבט זיך אן די סאמע לעצטע וואך פונעם יעצטיגן סופרים קאורט טערמין, און עטליכע וויכטיגע קעיסעס זענען פארבליבן אויף וועלכע מען קוקט ארויס צו זען וויאזוי דאס געריכט וועט ביי זיי אורטיילן.

איין קעיס אויף וואס מ’ווארט זייער שטארק, איז איבער דער לעגאליטעט פון פרעזידענט טראמפ’ס “טראוועל פארבאט”, וואס ער האט ארויפגעשטעלט צוימונגען אויף בירגער פון 5 מוסולמענער-מאיאריטעט לענדער, און דאס געריכט וועט אורטיילן צי ס’איז קאנסטיטוציאנעל אויסגעהאלטן אדער נישט.

נאך א וויכטיגער קעיס, איז צי ארבעטער-יוניאנס קענען צווינגען אלע ארבעטער צו באצאלן די ספעציעלע מעמבערשיפ קאסטן, אפילו אזעלכע ארבעטער וואס ווילן בכלל נישט עכט זיין אונטערגעווארפן אונטער’ן יוניאן – וואס רעפובליקאנער קוקן ארויס אויפ’ן אורטייל אפצושוואכן די מאכט פון די יוניאנס.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.