לאקאל און נאציאנאל

פולקאמע בלעקאוט אין פארטא ריקא

פארטא ריקא – דער אמעריקאנער אינזל פארטא ריקא איז נעכטן באטראפן געווארן פון א מאסיוון בלעקאוט, וועלכע האט אפעקטירט הונדערט פראצענט פונעם אינזל, וואס באדייט אז אלעס איז טונקל דארטן און ס’איז נישטא קיין קאמיוניקאציע מיטלען. דער בלעקאוט – וועלכע קומט קארגע זיבן מאנאטן נאכדעם וואס האריקעין מאריא האט אויסגעשאלטערט און חרוב געמאכט פארטא ריקא’ס עלעקטעריציטעט סיסטעם און ביז היינט זענען נאך געווען ארום 7 פראצענט איינוואוינער אנע עלעקטער צוליב’ן האריקעין – האט פאסירט ווען א גרויסער טראקטאר, וועלכע האט געארבעט אוועקצופירן אן אראפגעפאלענעם עלעקטער טורעם, האט בטעות אריינגעריסן אין א וויכטיגע “פאוער ליניע”, און לאקאלע אויטאריטעטן זאגן אז ס’וועט נעמען א מינימום פון 24 ביז 36 שטונדן צוריקצושטעלן די עלעקטער אויפ’ן אינזל.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.