וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ’ס יו-ען אמבאסאדאר ניקי העילי, האט נעכטן געלייקנט די מידיא באריכטן אז זי רייסט זיך ארום מיט טראמפ, זאגנדיג אז אירע באציאונגען מיט’ן פרעזידענט, זענען “פערפעקט”. די באריכטן אז זי פארטראגט זיך נישט מיט דער טראמפ אדמיניסטראציע, איז געקומען נאכדעם וואס זי האט געהאט געמאלדן זונטאג אז ס’גייען קומען נייע סאנקציעס אויף רוסלאנד, און די אדמיניסטראציע איז ארויסגעקומען זאגן אז העילי מאכט א טעות.
דאס האט שטארק אויפגעברויזט העילי, און איר אויפברויז איז געשטיגן נאכדעם וואס טראמפ’ס עקאנאמישער ראטגעבער לערי קאדלאו האט געזאגט דינסטאג אז העילי איז סתם געווען “צעמישט” ווען זי האט געזאגט אז ס’גייען זיין נייע סאנקציעס. העילי האט געזאגט אין אן אינטערוויו אין ריכטונג פון קאדלאו “מיט’ן גאנצן רעספעקט, איך ווער נישט צעמישט”, וואס האט געברענגט קאדלאו איר איבערצובעטן – אבער טראץ דעם אלעם, זאגט העילי, איז אלעס צווישן איר און טראמפ מסודר.