קאטאמאנדו – אמווייניגסטנס 49 זענען אומגעקומען נעכטן, ווען א בענגלאדעשער פליגער האט אראפגעקראכט אין א פארוואלקנטן וועטער העכער א לופטפעלד אינעם נעפאלעזער הויפטשטאט קאטאמאנדו. דער אינצידענט האט פאסירט ביים לופטפעלד, וועלכע איז באקאנט אלס איינס פון די מערסט-קאמפליצירטע לופטפעלדער איבער דער וועלט, זייענדיג בערגיק און קרום, אבער די לופטפעלד באאמטע און נעפאלעזער אוויאציע באאמטע האבן געזאגט, אז דער פילאט איז שולדיג פאר’ן קראך, וויבאלד ער האט נישט אויסגעפאלגט זייערע אנווייזונגען. לויט די אוויאציע באאמטע, איז דער פליגער געקומען אריינצופליען פון דער גאנץ-פארקערטער זייט וואס מ’האט אים געהאט אנגעזאגט, און דאס האט געפירט דערצו אז עס זאל ווילד אראפקראכן אינעם לופטפעלד. 22 האבן איבערגעלעבט און ווערן באהאנדלט אין לאקאלע שפיטעלער.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.