דייטשלאנד – דער טרויעריג בארימטער נאצי, אסקאר גראנינג, וועלכער האט באקומען דעם צונאמען “דער בוכהאלטער פון אוישוויץ”, איז געשטארבן זייענדיג 96 יאר אלט. גראנינג איז מיט א פאר חדשים צוריק פאראורטיילט געווארן צו דריי יאר טורמע, פאר זיין ראלע אינעם מארד פון 300,000 אידן אין אוישוויץ, איבער דעם וואס ער איז געווען באאויפטראגט צו האלטן חשבון אויף אלע חפצים וואס די נאציס ימ”ש האבן קאנפיסקירט פון די אידן בשעת’ן אנקומען אין אוישוויץ. גראנינג האט פרובירט צו באקעמפן זיין אורטייל, און פאריגע וואך איז נאך געווען באריכטעט אז זיינע לויערס ארבעטן אויף א לעצטן שאנס, אז א ריכטער זאל אויף אים רחמנות האבן צוליב זיין עלטער און שוואכן געזונט צושטאנד. גראנינג איז נעכטן געשטארבן, נאך איידער ער האט געקענט אנהייבן אויסדינען זיין טורמע אורטייל. כן יאבדו כל אויבך ה’.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.