ריזיגע אוצרות אין ווערט פון נאנט צו א ביליאן יורא איז גערויבט געווארן פארלאפענעם מאנטאג פארטאגס, אין א געוואגטע רויבעריי אויף א מוזעאום אינעם דרעזדן שלאס אין דייטשלאנד.
די גנבים האבן זיך איינגעבראכן אין דעם שלאס ארום 5:00 אזייגער פארטאגס דורך איינע פון די פענסטער, און גערויבט דיאמאנטן, אדעל שטיינער און גאר ווערדפולע אנטיקן פון די “גרינע אוצר צימער”, איינע פון די עלטסטע מוזעאנען איבער די וועלט, וואס פארמאגט אין זיך די גרעסטע זאמלונג אין אייראפע פון אסאך אלטע תקופות, וואס גייט נאך צוריק צו די תקופה פון בית שני.
בעפאר זיי האבן זיך איינגעבראכן האבן זיי אפגעהאקט די עלטקעריק פון די מוזעאום. כדי עס זאל נישט ציען קיין פארדאכטן, האבן זיי אנגעצינדן א פייער אין א דערנעבנדיגע בריק, און אזוי ארום האט אויסגעזען ווי די עלעקטעריק האט זיך אויסגעשאלטערט אין רעזולטאט פון דעם פייער.
כאטש וואס זיי האבן אפגעהאקט די לעקטערס האבן די זיכערהייט קעמרעס ווייטער געארבעט, און מ’האט געקענט זען גענוי וואס זיי טוהען. צוויי רויבער האבן זיך איינגעבראכן אין דעם גרינעם אוצר צימער, איינער האט מיט א גרויסע האק אויפגעהאקט איינע פון די פארפאנצערטע אויסלייג פענסטערס.
דאן האבן זיי אין די פינסטערניש גע’גנב’עט אסאך זאכן וואס זענען היסטאריש און ווערדפול, אין ווערד פון א ביליאן יורא, וואס איז 1.1 ביליאן דאלער, וואס אויב איז דאס ריכטיג רעדט מען דא פון די סאמע גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע.
די צוויי זענע דאן אוועק געפארן מיט א לוקסוריעזע קאר און מען האט זיי דערווייל נאכנישט אנגעיאגט צו כאפן. די פאליציי זאגט אז זיי האבן פארדאכטן אז דאס האט א פארבינדונג מיט די ריזיגע רויבעריי וואס איז פארגעקומען אין יאר 2017 אויף א אנדערע מוזעאום, אין בערלין. דעמאלט האט מען גערויבט אנטיק מטבעות אין ווערד פון 3.5 מיליאן יורא.