וואשינגטאן – א רויטערס באריכט האט געברענגט פרישע שפעקולאציעס, איבער אן אויפשאקלונג אין ווייסן הויז, ווען דער באריכט האט ציטירט פון ווייסע הויז קוועלער, אז צוויי העכסט-ראנגיקע באאמטע אין דער טראמפ אדמיניסטראציע וועלן רעזיגנירן פון זייערע אמטן. דער באריכט צייגט אז עיטש אר מעקמעסטער, טראמפ’ס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער, און דזשאן קעלי, טראמפ’ס שטאב הויפט, זענען ביידע שוין אפגעמוטשעט פון אזויפיל זיך דארפן ארומרייסן אין ווייסן הויז, סיי מיט טראמפ אליינס און סיי מיט געוויסע ראדיקאלע ראטגעבער וועלכע נעמען ארום טראמפ, און זיי ווילן אפטראגן פון זייערע פאזיציעס. ווען מען האט געפרעגט ביים ווייסן הויז ווארטזאגער ראדזש שאה, איבער די באריכטן אז מעקמעסטער און קעלי גייען רעזיגנירן, האט ער נישט געענטפערט, נאר געזאגט אז דער פרעזידענט האט “פולע קאנפידענץ” אין זיין גאנצן שטאב.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.