אלבאני – א מערקווירדיגער שטורעם איז אנטשטאנען אין ניו יארק, ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ספעציעלע קערפערשאפט וועלכע פארפיגט אויף א גרויסן פראיעקט פון קאנסטרוקציע און אינדוסטריע אין דער סטעיט, האט גענוצט א פאלשן בילד צו פארפירן דעם פובליק. די רעדע איז פון “עמפייער סטעיט דעוועלאפמענט”, א גרופע וועלכע גאווערנאר ענדרו קאומאו האט געגרינדעט, צו העלפן פאראויסשטופן גרויסע קאנסטרוקציע און אנטוויקלונג פראיעקטן אין דער סטעיט, דורכ’ן געבן גאר גרויסע שטייער הנחות און אנדערע בענעפיטן פאר ביזנעסער. די גרופע האט ארויסגעגעבן א בראשור איבער זייער פארשריט, און האט געשטעלט א בילד פון “קרעינס” ביי דער ארבעט, געבנדיג אנצוהערן אז דאס איז א ניו יארקער בילד – אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א בילד פון א פראיעקט אין ווייטן דרום אפריקע, פון יאר 10′. די גרופע, וועלכע עקספערטן באטראכטן אלס א דורכפאל, האבנדיג געשאפן דערווייל בלויז 200 פרישע דזשאבס, האט זיך אנטשולדיגט און געזאגט אז זיי וועלן ארויסשטעלן א ניי בילד, טאקע פון א ניו יארקער פראיעקט.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.