לאקאל און נאציאנאל

ארבעטער באשיצונג אפגעשוואכט

וואשינגטאן – אין אן אורטייל וועלכע קען שטארק אפעקטירן פינאנציעלע פירמעס, האט דער סופרים קאורט אפגעשוואכט באשיצונגען פאר ארבעטער. אין יאר 10′ זענען אריין אין אפעקט געזעצן, וועלכע האבן געזאגט אז אויב אן ארבעטער אין א פינאנציעלע פירמע באריכטעט פארלעצונגען פון פעדעראלע רעגולאציעס, און זיינע ארבעטסגעבער ווילן נקמה נעמען, וועט אים די פעדעראלע רעגירונג באשיצן. אן ארבעטער פון “דיזשיטעל ריעלטי טראסט” האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע, אז ער האט באריכטעט מיסברויכן און האט פארלוירן זיין דזשאב. למעשה האט דער ארבעטער נאר באריכטעט די פראבלעמען פאר אינספעקטארס אין דער פירמע, און דער סופרים קאורט האט נעכטן געאורטיילט אז צו געניסן פון פעדעראלע שוץ, מוז מען האבן געקומען צו די פעדעראלע אויטאריטעטן דערציילן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.