קאליפארניע – צוויי פארשוינען האבן זיך נעכטן דערקלערט אומשולדיג אויף מארד קלאגעס, אין פארבינדונג מיט דעם טויטליכן וועירהאוז פייער וואס האט פאסירט אין יאר 16′ אין אוקלענד, קאליפארניע, וואו 36 זענען אומגעקומען. ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט נישט לאנג נאכ’ן פייער, האט דער וועירהאוז אפערירט אלס אן ארטיסטישער צענטער, וואו מענטשן האבן געוואוינט און פארברענגט, טראץ וואס עס האט נישט געהאט די לעגאלע און נויטיגע פערמיטן דערפאר. דער וועירהאוז האט אויך נישט געהאט די נויטיגע צאל ארויסגענג טירן, וואס האט געברענגט אז ווען דאס פייער האט אויסגעבראכן, האבן א גרויסע צאל פון די פארכאפטע נישט געקענט ארויסקומען. די צוויי, דעריק אלמענא און מעקס העריס, זענען ארעסטירט געווארן מיט א יאר צוריק, ווערנדיג אנגעקלאגט מיט הארבע קלאגעס, צוליב וואס זיי האבן אנגעפירט די אפעראציע צו פארוואנדלען דעם וועירהאוז אלס א צענטער פאר פארברענגען, און יעצט האבן זיי זיך דערקלערט אומשולדיג.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.