מאסקווע – רוסישע אויספארשער האבן נעכטן אנגעהויבן צוזאמצושטעלן א קלארערן בילד איבער’ן פליגער קראך וואס האט פאסירט זונטאג, מיט 71 פאטאליטעטן, און ווי זיי זאגן, זעט אויס ווי דער קראך איז געווען די רעזולטאט פון א געמיש פון “מענטשליכע טעות” און “מעכאנישע פראבלעמען”.
די אויספארשער געבן צו פארשטיין אז די סענסארס וואס זענען געווען אינסטאלירט אויפ’ן פליגער, צו געבן פאר’ן פילאט אינפארמאציע איבער די ספיד און הייך פונעם פליגער, זענען ווארשיינליך געווען פארפרוירן און איבערגעדעקט מיט אייז, צוליב די פראסטיגע וועטערס, האבן די סענסארס צוליב דעם געגעבן פאלשע און אומאקוראטע אינפארמאציע פאר’ן פילאט, וועלכער האט אזוי ארום נישט געהעריג געוואוסט ווי שנעל און ווי הויך ער פירט דעם פליגער, און דאס האט געברענגט דעם פאטאלן קראך.