תל אביב – נעכטן איז געווען א דראמאטישער טאג אין מדינת ישראל, ווען די ארטיגע פאליציי אויטאריטעטן זענען ארויסגעקומען און רעקאמענדירט, אז פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו זאל אנגעקלאגט ווערן מיט קארופציע און שוחד-קלאגעס. נתניהו איז שוין א לענגערע צייט אונטער אויספארשונג, און איינס פון די באשולדיגונגען קעגן אים, באציט זיך איבער דעם וואס ער האט געבעטן פונעם פובליצירער פון דער “ידיעות אחרונות” צייטונג, זיי זאלן אים דעקן פאזיטיוו, און ער וועט זיי באצאלן דורכ’ן לייגן רעגירונג-דרוק און צוימונגען אויף א קאנקורירנדער צייטונג.
נאך א באשולדיגונג איז אז נתניהו האט אקצעפטירט געשאנקען אין ווערד פון אמווייניגסטנס איין מיליאן שקלים פונעם ביליאנער ארנון מילטשען, אין אויסטויש פאר’ן ערלעדיגן אן אמעריקאנער וויזע פאר מילטשען. נתניהו האט נעכטן געזאגט אז די באשולדיגונגען זענען לעכערליך און זיך אנטזאגט צו רעזיגנירן.
פון: דער איד