די האריקעין דאריאן וועלכע איז פון די שטורעמישסטע אטלאנטישע האריקעין’ס וועלכע זענען נאר געווען אין היסטאריע און איז פארשטענדליך די מאכטפולסטע האריקעין פון דאס יאר, האט אביסל נאכגעלאזט אויף איר וועג צו די אמעריקאנע ברעגעס, נאכן אנזייען א גרויסע כארבן אין דעם אינזל גרענד באהאמעס.
די האריקעין האט נאכגעלאזט אויף איר וועג קיין פלארידע און דאס מיינט אז עס קומט אן שפעטער ווי גערעכנט. אין אמעריקע האבן זיך שוין טויזענטער מענטשן עוואקואירט דערווייל וואס די האריקעין איז אויפן וועג.
דאריאן האט אנגעקלאפט אין די באהאמעס אין די לעצטע טעג מיט א שטארקע קלאפ פון וואס ווייניגסטנס פינף מענטשן זענען אומגעקומען, און מיט אומגעהוירערע געלט שאדן. באהאמעס ליידט אסאך פון האריקעניס, אבער דאסמאל איז עס געווען עפעס וואס זיי האבן נאכנישט באגעגנט.
“מיר זענען אינמיטן א היסטארישע טראגעדיע אין די צפון טיילן פון באהאמעס, די איבערקערעניש און כאאס איז גרויס און האט נישט קיין פארגלייך” האט דער פרעזידענט יובערט מיניס געזאגט פאר רעפארטער. “אונזער יעצטיגע מיסיע איז צו זוכן, ראטעווען מענטשן, און זיי העלפן זיך אויסקורירן, פארשטענדליך אז אויך דאווענען”.
אזויפיל ווי 13,000 הייזער אין באהאמעס זענען פארניכטעט געווארן, און די וואסער איז ארויף ביז א הויכע שטאפל, און אפילו דערגרייכט מענטשן וואס האבן זיך פרובירט צו באשיצן אויף די דעכער פון זייערע הייזער!