די אויטאריטעטן האבן ארעסטירט דזשעימס דירדאן דזשוניער, א 20 יעריגער יוגנטליכער וואס ווערט פארדעכטיגט אז ער האט געסטראשעט צו שעדיגן א אידישע צענטער אין די שטאט יענגסטאון אין אהייא.
רירדאן האט ארויפגעלייגט א מעסעדזש אויף א סאציאלע פלאטפארמע וואו מ’זעט א מענטש שיסט און מ’הערט געשרייען אין די אינטערגרונד. ער האט צוגעשריגן דערצו “די פאליציי האט אידענטיפיצירט דעם שיסער אינעם אידישן צענטער שיסער אלס א ווייסע נאציאנאליסט מיטן נאמען סיאמוס אוריארדאן”.
רירדאן האט אויך צוגעצייכנט די לאקאציע וואס ער האט דערמאנט. די ארטיגע פאליציי גלייבט אז סיאמוס אוריארדאן איז אן אייגן פאבריצירטער נאמען וואס רירדאן האט זיך זעלבסט געגעבן.
ריארדאן איז ארעסטירט געווארן דורך די פאליציי, און מען האט געטראפן אין זיין הויז אסאך געווער און האלב-אויטאמאטישע ביקסן, גאז מאסקעס און א קוילן-שוץ-וועסטל. באזונדער האט מען געטראפן דארט פילע אנטיסעמיטישע און נאציאנאליסטישע פראפעגאנדע ליטעראטור.