ברוך דיין האמת: וואלונטירן פון ‘מתעסקים’ אין מערילענד האבן ענדליך געטראפן אום זונטאג נאכמיטאג די פארלוירענעם גוף פון הרב ראובן באומן ז”ל, א מלמד אין א זומער קעמפ אין נארפאלק, ווערדזשיניע, וואס איז אריינגעשפרינגען אין וואסער צו ראטעווען זיינס א תלמיד, און איז פארשוואונדן געווארן באלד דערנאך.
נאך א לענגערע סעריע פון זוכענישן האט מען געפינען זיין גוף נאכדעם וואס די רעגירונגס פראטאקאלן האבן שוין אויפגעגעבן דאס צו טרעפן, אויף אן ארט זייער ווייט פון וואו ער איז פארשוועמט געווארן – ביים בארטן פון צפון קאראליינע, ברענגענדיג א קידוש השם פאר די גאנצע וועלט.
א דינסטאג פריער איז דער נפטר ז”ל פארשוועמט געווארן און מ’האט אנגעהויבן זוכענישן מיט וואלונטירן פון איבער פילע אידישע געגנטער, צווישן זיי פון ניו יארק און אזוי ווייטער, און כלל ישראל האט מיט אנגסט מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען זאגנדיג תהלים אז מ’זאל אים אפגעפינען.
דער 35 יעריגער נפטר ז”ל איז געווען אין די פאלסא קעיפ סטעיט פארק אין ווערדזשיניע מיט 20 תלמידים פון א ארטיגע קעמפ תורת חיים אין נארפאלק, ווען איינער פון זיי איז פארשוועמט געווארן. אין די צייט וואס דאס קינד איז געראטעוועט געווארן, איז דער העראאישער מלמד פארשוועמט געווארן פון די ברויזענדע כוואליעס.
דער נפטר האט איבערגעלאזט א צעבראכענע אלמנה און 5 יתומים’לעך. ויה”ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, שנשמע ונתבשר בשורות טובות.