הונדערטער טויזענטער פראטעסטירער פארפלייצן די האנג קאנג’ער גאסן שוין אין די 11’טע וואך אין א ציה צו פראטעסטירן פאר זייער פרייהייט אין די האלב-פרייע כינעזער טעריטאריע, טראץ די ווארענונגען פון כינע אז ס’זאל זיך זאפארט אפשטעלן. אפילו די שווערע כינעזער מיליטערישע אנוועזנהייט ביים גרעניץ פון האנג קאנג האט נישט באוויזן זיי צו דערשרעקןן.
לויט די פראטעסט ארגאניזירער האבן זיך אזויפיל ווי 1.7 מענטשן באטייליגט אין די פראטעסטן, און די ציפערן וואקסט יעדן טאג. אין די זעלבע צייט טענה’ט די רעגירונג אז ניטאמאל האלב פון די ציפער זענען ארויסגעקומען פראטעסטירן, אבער די בילדער וואס קומען ארויס צייגט ענדערש אז די פראטעסט ארגאניזירער זענען גערעכט.
סיי ווי אזוי איז עס זייער א גרויסע נומער פון פראטעסטירער, און די פאקט אז אזא גרויסע צאל מענטשן פראטעסטירן און עס פאסירט נישט קיין ערנסטע געשלעגן אדער ברוטאלע צוזאמענשטויסן, צייגט אז די שטאטישע איינוואוינער געבן זייער שטיצע פאר די פראטעסטן, און קיין ציווילע וועלן זיך נישט אננעמען פאר די רעגירונג וואס שטייט פארלוירן און קען נישט קאנטראלירן די פארשעמנדע מצב.
די פראטעסטירער האבן איינמאל זיך יא צעפירט די הענט אין די אינטערנאציאנאלע לופטפעלד פאר צוויי טעג אין א ציה, וואס האט געברענגט צו א פאראליזירונג אין לופטפעלד. דורכאויס דעם איבערקערעניש האבן די פראטעסטירער מיאוס צעשלאגן ציווילע בירגער פארדעכטנדיג אז דאס זענען כינעזער שפיאנען, און די פראטעסטירער האבן זיך שפעטער אנטשולדיגט דערויף. די כינעזער רעגירונג האט זיך צוגעכאפט דערצו און באצייכנט די פאל אלס “אומדערהערטע טעראריסטישע אקטן”…