די פאליציי אין סידני אוסטראליע האט ארעסטירט א באוואפנטער פארשוין וואס האט געשריגן “אללא אקבאר” און דערשטאכן א מענטש אויפן גאס. פון דארט איז ער ארויפגעשפרינגען אויף די דאך פון א קאר מיט א פראוו פארצוזעצן זיינע טעראר פלענער.
דער טעראריסט האט ווייטער פרובירט צו שטעכן נאך מענטשן, אבער פארבייגייער האבן אנגעהויבן צו ווארפן בענקלעך אויף זיין קאפ, און דערמיט אים אראפגעהאלטן ביז די פאליציי איז אנגעקומען.
דאס האט פאסירט אין די גאסן קלארענס און העקינג אין די סואן געגנט אין צענטראל סידני. דער האט בשעת’ן לויפן אין די גאסן מיט א מעסער אין די הענט געשריגן “אללא אקבאר, שיסט מיר, שיסט מיר”.
נאכן ווארפן אויף אים די בענקלעך האט מען אים אראפגעהאלטן, ווען איינער האט געברענגט א גרויסע מילך קעסטל און זיך אראפגעזעצט דערויף, ווען דער טעראריסט ווערט צעדרוקט פון אונטן ליגנדיג צווישן א בענקל און א מילך קעסטל…
א גאס אראפציר האט מען שפעטער געטראפן נאך א מענטש ערמארדעט, דערווייל איז נישט קלאר צו דער זעלבער טעראריסט האט אויך דורכגעפירט יענע מארד.