צומאל דארף מיר אונז זען ווי נאריש די גויים זענען, צו פארשטיין אשרינו ווי גוט ס’איז פאר אונז אידן אז מיר זענען דעם עם הנבחר.
איין אזא ביישפיל האט פאסירט די וואך אין אינדיע, ווען א יוגנטליכער אין אינדיע האט באקומען א הערליכע און גאר טייערע מתנה צו זיין געבורטס טאג, א שיינע גלאנציגע “BMW” קאר.
דער רייכער פאטער וועלכער האט געצאלט דערפאר 3.4 מיליאן רופי (נאנט צו 50 טויזענט דאלער!) איז געווען זיכער אז דאס קינד וועט זיך גאר שטארק פרייען צו דעם טייערן הערליכן געשאנק.
אבער ווי נאר דאס קינד האט דאס געזען, איז ער געווארן זייער ברוגז פארוואס זיין טאטע האט אים געקויפט א BMW אנשטאט א “יאגואר” – וואס ער האט פיל בעסער געוואלט, און איז אריינגעפאלן אין א שרעקליכע אויפברויז.
פון גרויס כעס האט ער גענומען דעם נייעם טייערן קאר און עס געשטופט צו די טייך וואס געפינט זיך אין די ריאנא געגנט אין צפון אינדיע, וואו ער האט דאס אריינגעשטופט דארט, זאגנדיג פארן פאטער אז ער איז מוחל טובות…
דער אומגליקליכער שאקירטער פאטער האט געבעטן פארבייגייער אזלן אים העלפן ארויסשלעפן דעם קאר, זאגנדיג אז א יאגוואר קאסט מיט עטליכע מיליאן רופי מער ווי א BMW, אבער פארט איז א BMW גענוג א רייכע און אויפרייסערישע קאר.
די פאליציי פארשט די אינצידענט און וועט באשליסן מיט וואס דאס קינד קען באשטראפט ווערן.