איראן האט געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט 17 איראנער בירגער וואס האבן געארבעט פאר די סי. איי. עי. צו שפיאנירן נאך מיליטערישע און נוקלעארע באזעס אין לאנד.
אין די מעלדונג פון די שפיאנאזש ביורא פון איראן, זאגן זיי אז די ‘שפיאנען’ זענעם שוין ארעסטירט געווארן פארלאפענעם חודש מערץ און זענען דורכגעפאלן מיט זייערע ‘סאבאטאזש אקציעס’ קעגן איראן.
די באריכט פארציילט אז מען האט שוין פאראורטיילט א טייל פון זיי, און געוויסע וועלן באקומען טויט שטראף. פרעזידענט טראמפ האט באלד געלייקנט די גאנצע זאך, און דאן האט איראן ארויסגעגעבן בילדער פון די שפיאנען.