אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

כוליגאנעס באפאלן באנען אין האנג קאנג טיילנדיג מכות פאר פראטעסטירער

צענדליגע פראטעסטירער קעגן די רעגירונג, זענען אטאקירט געווארן דורך אומבאקאנטע כוליגאנעס נאך א גרויסע פראטעסט קעגן די רעגירונג פון האנג קאנג, אהיימפארנדיג מיט די אונטערערדישער באן פון דעם פראטעסט.

אזויפיל ווי 45 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, און איינער פון זיי גאר קריטיש. א גרויס טייל פון די צעשלאגענע זענען געווען זשורנאליסטן. די פאליציי האט זיך לאנג פארזוימט צו קומען ברענגען הילף, און קומענדיג האבן זיי געלאזט די כוליגאנעס גיין פריי. פילע פאסאזשירן טענה’ן אז דאס איז קלאר אונטערגעשטעלט פון די רעגירונג.

די כוליגאנעס זענען געקומען אנגעטוען פארמאסקירט, און מיט ווייסע העמעדער. זיי האבן זיך ארויפגעווארפן אויפן יואן לאנג באן סטאנציע און אנגעהויבן צו טיילן מכות. טראץ וואס מ’האט זיך געבעטן ביי זיי מיט טרערן זיי זאלן נאכלאזן, האבן זיי געהאמערט אן רחמנות.

געוויסע פון די שלעגער האבן פארלאזט דאס ארט מיט קאר’ס וואס האבן פארמאגט כינעזער לייסענס פלעיט’ס. איינער פון די אטאקירטע זאגט אז זיי זענען גאר פון די “טריאדעס” באנדע, א שרעק-ווארפענדע קרימינאלע באנדע וואס מ’קען ארויסדינגען פאר געלט.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.