א דראמא האט זיך אפגעשפילט אין די לוד לופטפעלד אין ארץ ישראל נאכדעם וואס א פליגער פון דייטשלאנד האט געלאנדעט אן עמערדזשענסי לאנדונג אין ארץ ישראל.
די פליגער פון עלעקטרא עיר באאינג 747-400 האט זיך געהויבן דורך א בולגארישע טשארטער קאמפעני, און דאן האט מען באמערקט ווי די גומינע טיילן פון די רעדער זענען פארבליבן אויף די ראנוועי.
די פליגער וועלכע האט פארמאגט 152 פאסאזשירן און שטאב מיטגלידער האט געדארפט מאכן אן עמערדזשענסי לאנדונג כדי צו זען אויב די רעדל איז געשעדיגט געווארן.
עקספערטן פון די מיליטערישע לופט כוחות זענען אראפגעברענגט געווארן אויפן ארט צו אונטערזוכן דעם פליגער, און פילע רעטונגס אגענטורן זענען אראפגעקומען אין פאל איינער וועט דארפן הילף.
ווען די פליגער איז אנגעקומען האט עס איידעלערהייט געלאנדעט בשלום ב”ה, און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.