א זעלטענע האגל שטורעם האט באטראפן די שטאט גוואדלכארא, איינע פון די מערסט באוואוינטע שטעט אין מעקסיקא, איבערלאזנדיג די איינוואוינער שאקירט.
צענדליגע קאר’ס זענען פארשוועמט געווארן אין טייכן פון אייז, אנדערע זענען דערטרונקען געווארן טיילווייז אין די האגל, און די ארומיגע שטעטלעך זענען באדעקט געווארן מיט א ווייסע שיכט וועלכע איז געווען הויך זעקס און א האלב פיס!
“כ’בין אהין געגאנגען אפשאצן די מצב” פארציילט הענריקא אלפראו, דער מעיאר פון שטאט, “און געזען עפעס וואס כ’האב נאך קיינמאל נישט געזען: האגל האט זיך אנגעזאמלט הויך איבער א מעטער. און נאכדעם פרעגט מען צו ס’איז דא גלאבאלע ווארעמונג”…
גוואדלכארא איז א געגנט אויף צפון פון מעקסיקא סיטי, וואו עס וואוינען ארום פינף מיליאן מענטשן. די לעצטערע טעג אזי דארט געווען א היץ פון 31 גראד, און דאן האט עס גענידערט צו 27. פלוצים איז אנגעקומען די ווילדע און אומגעראכטענע שווערע האגל שטורעם.
די איינוואוינער האבן זיך ערוועקט צו גאסן אנגעהויפנט מיט א דיקע אייז שיכט, און מען האט געברענגט סאלדאטן זאלן אפשארן די גאסן מיט גרויסע טראקס.
ארום 200 הייזער און געשעפטן זענען געשעדיגט געווארן, און אריבער 50 קאר’ס זענען פארשוועמט געווארן. פילע מענטשן זענען געווען איינגעשפארט אין זייערע הייזער און ארויסגעראטעוועט געווארן דורך די דעכער, אבער עס האט נישט געקאסט קיין מענטשליכע פאטאליטעטן.