די אמסטערדאם שטאטראט האט נארוואס געמאלדן אז א טייל פון די בריקן העכער די קאנאלן אינעם שטאט זענען אין געפאר פון אונטערברעכן, נאכדעם וואס עס איז שוין יארן פארנאכלעסיגט און צעקלאפט, פון די פילע שווערע טראקס וועלכע פארן אויף איר מיט א שנעלקייט.
די שטאטראט האט געמאלדן אז זיי דארפן איבערמאכן די בריקן שנעל, אין א פראיעקט וואס וועט זיין “גרויס, קאמפליצירט און וויכטיג”.
אין אמסטערדאם איז פארהאנען אזויפיל ווי 1,600 בריקן העכער אירע קאנאלן, וועלכע ציעט זיך אין די לענג פון 600 קילאמעטער.
לויטן באריכט זענען די קאנאל בריקן אין די לענג פון 10 קילאמטעטער אין די שווערסטע צושטאנד, זיי צוברעקלען זיך און ווי עס שיינט וועלן זיי אט אט אונטערברעכן, און מען דארף דאס זייער וויכטיג רענאווירן.
“מיר מוזן זיין מער פארזיכטיג מיט אונזערע שיינע זאכן אין שטאט, פאר אונזער וואוילזיין און די וואוילזיין פון אונזערע קומענדיגע דורות”. זאגט אן ארבעטער אין די שטאטראט. “מען האט נישט גענוג אכטונג געגעבן דערויף ווייל מענטשן טראכטן נישט פון רענאוואציעס, אבער מען מוז דאס זאפארט נעמען אין די הענט אריין”.
אין די צייט וואס די מעלדונג איז ערשינען האלט שוין אמסטערדאם טיף אינמיטן די רענאוואציעס, זעקס בריקן זענען שוין פארמאכט און מען ארבעט דערויף.
אמסטערדאם האט אויך אפגעשלאסן די פארקער פון די אלטע טיילן אין שטאט, פאר טראקס וואס וועגן מער פון 7.5 טאן, וועלנדיג דערמיט פארלייכטערן די שווערע וואג אויף די אלטע געסלעך.