אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פראנקרייך רופט אהיים איטאליענער אמבעסאדאר נאך רייע פון טשעפערייען

די געלע וועסטלעך פראטעסטן אין פראנקרייך לאזט נישט נאך, די מאסן פארפירן, און פרעזידענט מאקרון קען נישט שטיל מאכן די געשרייען קעגן אים.

היינט האט פראנקרייך געמאלדן אז זיי רופן צוריק זייער אמבאסאדאר פון איטאליע, נאכדעם וואס די איטאליענע רעגירונג האמערט און האקט לעצטנס קעגן פראנקרייך מיט שארפע קריטיק.

“ס’איז שוין אפאר מאנאטן וואס פראנקרייך ליידט פון אומבאגרונדעטע אטאקעס און טשיקאווע דעקלעראציעס” ליינט זיך דער מעסעדזש פון די פראנצוזישע אויסערן מיניסטעריום.

לויט פאריז, ווערן זיי אטאקירט מיט אזעלכע שארפע אטאקעס וואס איז נאכנישט געווען זינט די צווייטע וועלט קריג: “מיינונגס פארשידנהייטן איז איין זאך, אבער אויסנוצן די צושטאנד דורכאויס באציאונגען צווישן די לענדער פאר פאליטישע צוועקן – איז שוין גאר א צווייטע זאך. די אלע אקטיוויטעטן  ברענגט ארויף פראגעס איבער די איטאליענע אינטערעסן אינערהאלב פראנקרייך”.

די צוויי וויצעס פון דעם איטאליענישן פרעזידענט דזשאפע קאנטע – לואידזשי דע מאיאו, דער פירער פון די פינף שטערן פארטיי, און מאטיא סלעביני דער פירער פון די ליגע פארטיי, וועלכע איז די עקסטרעם רעכטע פארטיי אין לאנד, הערן נישט אויף צו פארדאמען מאקרון און אים אראפרייסן, פונעם ערשטן טאג וואס זיער נייע איטאליענער אדמיניסטראציע איז אריין אין ביזנעס.

דער איטאליענער פרעזידענט קאנטע איז א טעכנאקראטישער פרעדיזענט, וואס באלאנגט נישט ביי קיין איינס פון די צוויי פארטייען, און ער איז אויפגענומען געווארן דורך די צוויי וויצעס פאראיאר, וויבאלד קיינער פון די צוויי האט נישט געוואלט אז דער אנדערער זאל דינען אלס פירער פון לאנד. אבער פאקטיש זענען די צוויי די וואס פירן דאס לאנד, און פרעזידענט קאנטע האט נישט צו א גרויס מאכט.

אין די לעצטע יאר צייט טוען די צוויי נאכאנאנד באשולדיגן פאריז אלס א רעגירונג מיט פאלשע פאליטישע באציאונגען. סלעביני וואס איז אויך דער אינערן מיניסטאר, האט געזאגט אז פראנקרייך האט נישט קיין רעכט צו קריטיקירן רוים פאר זייער נייע שטרענגע צוגאנג קעגן אימיגראנטן, ווייל פראנקרייך אליינס נעמט אויך נישט אריין אזויפיל אימיגראנטן אין די מאסן.

 דע מאיאו האט אויך געזאגט פארלאפענע יוני אז די גרויסהאלטערישע צוגאנג פון פראנקרייך קען איר פארוואנדלען אלס שונא נומער איינס פון איטאליע, איבער אלע אימיגראציע אנגעלעגנהייטן, און ער האט לעצטנס גאר באשולדיגט מאקרון מיט די ארימקייט אין אפריקע…

די וואך האט דע מאיאו איבערגעצויגן דעם שטריקל, וען ער האט געמאלדן אז ער וועט זיך טרעפן מיט די פירער פון די געלע וועסטלעך פראטעסטירער, וויסנדיג אז דאס איז עפעס וואס וועט גאר שטארק טשעפען און אויפברויזן מאקרון וועלכער שפירט זיך שטארק באדראעט פון זיי, און פארברייטערן דעם שטרייט צווישן די צוויי לענדער, און נאך זיין באגעגניש מיט די פירער פון די געלע וועסטל פירער האט דע מאיאו געשריבן אויף טוויטער “די ווינטן פון טויש זענען אריבער די אלפען בערג”.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.