שוין די פערדע מאל וואס א מאן איז אומגעקומען דורך א קויל, ווערנדיג געשאסן דורך א מאדנע אומבאקאנטע פארשוין, איז דערווייל פארבליבן א מיסטעריע.
די אינצידענט האט פאסירט היינט אינדערפרי אויף א גאס אין פלארידע, ווען מען האט געפונען א מאן אין א טייכל בלוט, אן שפורן וואס קלארן אויס ווער עס האט דאס געטון.
דער מעיאר באָב בוקכאָרן האט זיך אויסגעדרוקט אין א סטעימענט צו די פרעסע, “דאס דארף זיך אויפהערן זאפארט! מיר וועלן נישט אויפגעבן צו זוכן, ביז ווילאנג מיר וועלן נישט אפגעפונען דעם פארשוין, און ער וועט באקומען זיין פארדינטן שטראף!”
די אינצידענט ווערט צוגעלייגט אין די ליסטע פון דריי אינצידענטן, אין די לעצטע עלעוו טעג אין אקטאבער, וואו נאך דריי זענען אומגעקומען, אן די מינדעסטע שפורן ווער עס זאל דאס האבן געטון.
אויטאריטעטן האבן אידענטיפיצירט דער וואס איז דאס לעצטע באטראפן געווארן, אלס ‘ראלענד פעלטאון,’ א 60 יעריגער מאן, וואס האט זיך געדארפט טרעפן מיט א באקאנטן, און איז געטראפן געווארן דורך א קויל.