“הננו רופא לך” איז א ניגון וואס רירט צו אזויפיל הערצער, און דינט אלס חיזוק און אינספיראציע פאר אזויפיל חולי ישראל.
עס איז געווארן קאמפאזירט דורך דער לעגאנדארער מלחין יוסי גרין (דער גרינדער פון אידיש נחת) און עס ווערט געזינגען דורך דער קעניג פון אידישע מוזיק ‘מרדכי בן דוד’ אויף זיין לעצטע אלבוים ‘צעקה’
די ניגון ווערט דא אראפגעלייגט דורך אידיש נחת לייוו מיט שירה און סאבאבא בענד, ביי די דינער פאר חסד ארגענעזאציע.
אידיש נחת ווערט געפירט דורך מושי קרויס.
די מוזיק איז ארענזשירט און קאנדאקטעד ביי מענדי הערשקאוויטש פון סאבאבא בענד
ארגינעל ארענדזשירט דורך עמי כהן.
ווען עס קומט צו אזעלכע ווארעמע און הארציגע ניגונים, קען דאס קיינער נישט אראפלייגן ווי די זיסע קעלעכלעך פון די אידיש נחת קינדערלעך, און באגלייטונג פון שירה און מענדי, איז ווען די קינדער האבן זיך אויפגעשטעלט דאס זינגען ביים חסד אווענט און פארנט פון די טויזענטער וואולענטירן איז נישט געווען א טריקן אויג אין זאל.