סאודי אראביע – נעכטן האט מען געהערט פון פרישע מאסן
ארעסטן אין סאודי אראביע, ווען נאך עטליכע מיטגלידער פון דער
קעניגליכער פאמיליע, מיטגלידער פון דער סאודיער רעגירונג, און
אויך גרויסע איינפלוסרייכע ביזנעסלייט, זענען ארעסטירט געווארן,
אריינגערעכנט דער באקאנטער ביזנעסמאן נאסאר בין על-טאיאר.
די אלע ארעסטן זענען ארקעסטרירט געווארן דורכ’ן קרוין פרינץ
מוכאמעד בין סאלמאן, וועלכער זוכט צו באפעסטיגן זיין שטאנד און
קאנטראל אויף דער סאודיער מלוכה, וואס צו קענען אויספירן זיין
ציל, האט ער געברענגט זיין פאטער, קעניג סאלמאן, אים צו שטעלן
אויף א נייער פאזיציע אלס דער אנטי-קארופציע מיניסטער. די
סאודיער מלוכה האט געזאגט אז מ’קען דערווארטן אין די
קומענדיגע טעג נאך ווייטערדיגע ארעסטן, און רייזע-פארבאטן וועלן
ארויפגעשטעלט ווערן אויף פילע סאודיער פיגורן. קרוין פרינץ בין
סאלמאן האט נעכטן שוין נאמינירט נייע באאמטע אויף אלע
פאזיציעס פון די ארעסטירטע מיניסטארן, און זיין פאטער האט
באלד איינגעשוואוירן די נייע באאמטע.
טערקיי-אמעריקע.
נייעס גענומען פון דער איד טעגליך, מיט ערלויבעניש.