לאנדאן – א זעלטענע אינצידענט האט פאסירט אין לאנדאן, נאכדעם וואס א אינגערמאן האט אהיים שפאצירט בערך פינעוו מינוט פאר 10 אום מוצאי שבת, ווען א קאר האט זיך אפגעשטעלט און פון די פענסטער האט מען אים באווארפן מיט “צוויבל.”
דער איד געבט איבער פאר די פאליציי און שומרים, אז דער פארשוין האט אויסגעזען צו זיין בערך אין זיינע דרייסיגער יארן, און איז געווען ווייס הויטיג.
אין די קאר זענען געזעצן צוויי יונגליכע בערך און זייערע יונגע צוואנציגע יארן.
דער איד איז ב”ה נישט געשעדיגט געווארן, ער זאגט צו אידישער ווינקל “איך האב זיך פיין דערשראקן, נישט זעענדיג וואס ער ווארפט, די גערוישן האבן זיך געהערט ווי ער ווארפט שווערע זאכן, כ’האב געטראכט אפשר איז דאס גראנאטן, וואס קענען אויפשיסן.
אויב האט איר סיי וועלכע אינפארמאציע רופט די פאליציי אויף 101 אין די קעיס נאמבער איז CAD2223/05/11/2017.