אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

אינטערנאציאנאלער געריכט באפעלט אמעריקע אראפצונעמען טייל איראנער סאנקציעס

די אינטערנאציאנאלע יוסטיץ געריכט, די סאמע העכסטע געזעצליכע געריכט פון די יו. ען. האט היינט באשטימט, אז די פאראייניגטע שטאטן מוזן אראפנעמען טייל פון די סאנקציעס וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף איראן.

ווי די געריכט האט באשטימט, דארף וואשינגטאן טיילווייז אראפנעמען, מיט די מיטלען וואס זי וועט אויסוועלן, אלע באגרעניצונגען וואס קומען ארויס פון די נייע סאנקציעס, וועלכע אפעקטירן מעדעצין אדער היילונגס מאטעריאל, עסנווארג פראדוקטן, פארמעריי, און ספער טיילן וואס זענען נייטיג פאר די זיכערהייט פון די נאציאנאלע אוויאציע פון איראן.

די ריכטער האבן באשטעטיגט אז די סיבות וואס וואשינגטאן האט ארויסגעשטעלט פארוואס זיי מוזן לייגן אזעלכע שווערע סאנקציעס אויף איראן, זענען ‘נישט גענוג’ צו שעדיגן די איראנער הומאניטערישע מצב.

דער אורטייל איז א געווינס פאר טעהאראן, וואס האט פארפירט קעגן די שווערע סאנקציעס וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט ארויפגעלייגט אויף איר, שרייענדיג אז דאס צושטערט דעם אפמאך וואס אמעריקע און איראן האבן געשלאסן אין יאר 1955.

וואשינגטאן טענה’ט אז אין דעם זעלבן אפמאך שטייט אויך אז מען זאל נישט נוצן סיי וועלכע געריכט צו פארגלעטן אדער אורטיילן סיי וועלכע מיינונג’ס פארשידנהייט צווישן די פאראייניגטע שטאטן און איראן… לויט דעם, אויב פאלגט מען נישט אויס איין טייל פון דעם אפמאך, פארוואס זאל אמעריקע זיך צושטעלן צום אנדערן טייל?…

דערווייל האט נאך די פאראייניגטע שטאטן נישט קאמענטירט אויף דעם אורטייל, און ווי עס שיינט וועט מען אפעלירן דעם אורטייל. די געריכט קען באשליסן וואס צו טון, אבער אינפארסירן קענען זיי דאס שוין נישט. עס זענען דא גענוג לענדער וואס פייפן זיך אריין אין פארשידענע אורטיילן פון דעם געריכט, און צווישן זיי איז אריינגערעכנט אויך אמעריקע, און אפילו איראן…

איראן האט באגריסט דעם אורטייל, זאגנדיג אז ווידעראמאל האט זיך ארויסגעוויזן ווי גערעכט די איסלאמישער רעפובליק איז, און אז די אמעריקאנע סאנקציעס קעגן איר זענען אומלעגאל, און ברוטאל.

דער איראנער פרעזידענט כאסאן רוהאני האט צוגעלייגט אז “די דרוק פון טראמפ אויף איראן קומט צוליב אינערליכע פאליטישע אינטערעסן אין אמעריקע” און לויט אים גייט פאר טראמפ גאנץ קנאפ אן וועלכע געפאר איראן שטעלט יאר אדער נישט אהער פאר די אמעריקאנע אינטערעסן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.