דער עלטסטער פרעזידענט אין דער וועלט, דער צוויי און ניינציג יעריגער מאלאזיער פרעזידענט מאכאמאד מאהאטיר, האט זיך אויסגעדרוקט אנטיסעמיטיש קעגן דאס אידישער פאלק, געבנדיג אן אינטערוויו פארן BBC מידיע קאנאל.
אין די אינטערוויו וואס ער האט נעכטן דינסטאג געגעבן, האט ער זיך אויסגעדרוקט מיט א פרעכהייט אז “די אידן האבן לאנגע נעזער”, דורכאויס א לענגערע אטאקע קעגן דאס אידישער פאלק, און מדינת ישראל.
ווען דער אלטער פרעזידענט איז אנגעפרעגט געווארן איבער דעם וואס ער האט געשריבן אין זיין ביכל “די פולע דילעמא” אז אידן האבן לאנגע נעזער, האט ער געענטפערט אז דאס איז נישט קיין באשולדיגונג, נאר א פאקט…
“זיי האבן לאנגע נעזער, און זיי האבן אן אינסטינקטיווער פינאנציעלער חוש. דאס איז דער אמת” זאגט דער אלטיטשקער. “אסאך זאגן אז די מאלאזיער האבן א פעשע נעזער, אבער מיר שטעלן זיך נישט אנטקעגן דעם, און מיר גייען דערפאר נישט ארויס מיט קיינעם אין קריג פארן דאס זאגן”.
ער האט פארגעזעצט מיט דיינע פערל ווערטער “עס זענען דא אסאך ראסעס אויף דער וועלט, איך האב געזאגט אויף זיי אסאך גרויליגע זאכן, אבער זיי האבן מיר קיינמאל נישט באשולדיגע אלס אן אנטי קעגן דעם אדער יענעם”.
דורכאויס דעם אינטערוויו האט זיך דער מאלאזיער פרעזידענט באצויגן צו די אנגעצויגנקייט אין מיטל מזרח, זאגנדיג: “אז מיר וועלן זיין אויפריכטיג, האבן זיך אלע פראבלעמען אין מיטל מזרח אנגעהויבן מיטן גרינדונג פון מדינת ישראל. אבער ‘איך’ מעג דאס נישט זאגן…
ער האט אויך צוגעלייגט אז מען טרייבט איבער אין די האלאקאסט ציפערן, און מען האט מערסטנס גע’הרג’עט פיר מיליאן אידן, נישט קיין זעקס.
ליידער זעהט מען פון דא די שוידערליכע אנטיסעמיטיזם וואס די ציוניסטישע לאנד מאכן אן פאר כלל ישראל,
זאל דער באשעפער העלפן אז די טמא’נע מדינה זאל שוין אונטערגיין במהרה און נישט שאטן פאר קיין שום אידיש קינד, ווי רבינו הקדוש מסאטמאר זיע פלעגט מתפלל זיין
הרב פריעדמאן.
איר זענט גערעכט סיי סאטמערער רב אין סיי די מאלאזיער פרעזידענט האבן א ריכטיגע בליק.
חא חא חא