אלבאני – א געוועזענער הויכראנגיקער געהילף און ראטגעבער פון ניו יארק גאווערנאר, ענדרו קאומאו, איז פאראורטיילט געווארן צו זעקס יאר טורמע, נאכ’ן געפונען ווערן שולדיג אויף קלאגעס פון שווינדל און שוחד.
די רעדע איז פון דזשאו פערקאקאו, וועלכער איז פארלאפענעם מערץ געפונען געווארן שולדיג, אז ער האט אקצעפטירט דריי הונדערט טויזנטער דאלער פון פירמעס וועלכע האבן געוואלט אז פערקאקאו זאל באאיינפלוסן די טראמפ אדמיניסטראציע, צו נעמען פארשידענע שריט איבער דעוועלאפמענטס, צו בענעפיטירן די פירמעס.
קאומאו אליינס איז נישט אריינגעשלעפט געווארן אינעם סקאנדאל מיט פערקאקאו – א זאך וואס ער האט שטארק געציטערט דערפון, אבער קאומאו האט אויך גארנישט געטאן צו העלפן זיין געוועזענעם רעכטן האנט זיך ארויסצודרייען פון די לעגאלע פראבלעמען.