עס איז שוין פארביי נאנט צו 17 יאר, פון ווען עס האט פאסירט די טראגעדיע אין די ווארלד טרעיד צענטער, ווען צוויי פליגער אנגעפילט מיט פאסאזשירן זענען בייזוויליג אריינגעפירט געווארן דורך סאודיע אראבישע טעראריסטן אין אמעריקע’ס שטאלץ – די צווילינג טורעמעס – וואס זענען ביז צוויי שעה נישט געווען מער ווי אביסל אש און רויעך, וואו עס זענען אומגעקומען איבער דריי טויזענט מענטשן.
דער אומגליק האט פאסירט אום דינסטאג צופרי, סעפטעמבער 11 2001, אין די שטעט ניו יארק און אין ווירדזשיניע, וואו א פליגער האט אריינגעקראכט אין די פענטעגאן, און אנגעמאכט ערנסטע שאדן. ניינצן טעראריסטן וואס האבן באלאנגט צום על קאידא טעראר גרופע, האבן פארכאפט פיר פליגער, און געברענגט די סאמע גרעסטע טעראר אטאקע אין די פאראייניגטע שטאטן, וואס האט ממש געטוישט די וועלט.
א פערטע פליגער האט געמאכט זיין וועג צו וואשינגטאן די. סי, אבער עס איז אראפגעברענגט געווארן אין פענסלאוועניע אונטערוועגנס, נאכדעם וואס די פאסאזשירן האבן העלדיש געשטעלט א ווידערשטאנד קעגן די חיות רעות אין פארעם פון ראדיקאלע איסלאמיסטן.
אצינד איז צום סאמע ערשטן מאל אפגעהאלטן געווארן אן אינטערוויט מיט די מאמע פונעם ארכי טעראריסט אסאמא בין לאדין, וואס האט געטראגן פאראנטווארטליכקייט אויף די אטאקעס, און איז געזוכט געווארן פאר צען יאר דורך די אמעריקאנע קרעפטן, ביז ווען די נעווי סיעל’ס האבן אים געכאפט אין א געוואגטע אטאקע, מיטן באשטעטיגונג פון פרעזידענט אבאמא, און אריינגעווארפן זיין טויטן קערפער אין ים.
די בריטישע ‘גארדיען’ האט געלייגט א יד אויף בין לאדינ’ס מאמע, און געכאפט מיט איר א שמועס ביי איר אין שטוב, אין שטאט דזשאדע אין סאדיע אראביע.
די זיבעציג יעריגע עליא גאנאם דערציילט אז איר זון אוסאמא איז געווען א קינד וואס האט פלוצלינג פארלוירן די ריכטיגע וועג, און עס איז איר געווען זייער שווער, ווייל ער האט זיך דערווייטערט פון איר שטוב. “ער איז געווען א וואויל קינד” אייסערט זי זיך. “ער האט מיר זייער ליב געהאט”.
דער זשורנאליסט וואס האט אפגעהאלטן די אינטערוויו, דערציילט אז ער האט ערשט לעצטנס באקומען אן ערלויבעניש פון סאדיע אראביע צו אינטערוויוען בין לאדינ’ס מאמע, נאכדעם וואס דער פרינץ בין סאלאם האט באשלאסן אז ער איז אינטערעסירט אז די וועלט זאל הערן דעם געשיכטע, און דערמיט אראפנעמען די וואלקן וואס שוועבט העכער סאדיע אראביע, וואס ווערט באשולדיגט אין קאלאבארירן מיט בין לאדין, און ארויסהעלפן מיט די אטאקעס קעגן די פאראייניגטע שטאטן.
טראץ וואס די אינטערוויו איז שוין אפגעהאלטן געווארן פאר זעקס וואכן צוריק, האט מען ערשט יעצט געגעבן ערלויבעניש עס צו דרוקן, עס לאזט זיך גלייבן אז די ארטיקל איז אדורך א שווערע צענזור ביז ווען עס איז ענדגילטיג ארויס צום ברייטן גאס.
גאנאם דערציילט אז מענטשן אינעם איוניווערזיטעט האבן אים געטוישט און פארוואנדלט צו א צווייטער מענטש. “איינער פון די מענטשן מיט וועמען ער האט זיך באקענט איז געווען עבדאללא עזאם, א מיטגלידער אין די מוסלעמענער ברודערהייט ארגאניזאציע, וואס איז שפעטער פארטריבן געווארן פון סאדיע אראביע, און האט געדינט אלס דער גייסטישער ראטגעבער פון אסאמא בין לאדין”.
זי זאגט איבער נאכאמאל אז בין לאדין איז געווען א גוט קינד, אבער ביי זיינע פריע צוואנציגער יארן איז ער אדורך א מח שווענקונג, און טראץ וואס זי האט אים געווארנט ער זאל זיך נישט דרייען מיט די ראדיקאלן, האט ער איר קיינמאל נישט דערציילט איבער זיינע פינסטערע מעשים, נישט וועלנדיג טשעפענען די מאמע וואס ער האט געגליכן.
“אנהייב פון די אכציגער יארן איז ער געפארן קיין אפגאניסטאן, צו קעמפן קעגן די רוסישע איינעמער. יעדער וואס האט אים נאר באגעגנט ביים ערשטן מאל, האט אים באלד אפגעגעבן די פולסטע רעספעקט” זאגט זיין ברודער כאסאן. “אנהייב האבן מיר שטאלצירט מיט אים, אפילוט די סאדיע אראבישע רעגירונג האט אן שטארק רעספעקטירט, אבער דאן האט ער אנגעהויבן צו ווערן אסאמא דער מוזדזשאהיד”. מיט דעם אלעם איז כאסאן נאכאלץ שטאלץ מיט זיין עלטערע ברודער אסאמא, פון וועמען ער האט אסאך געלערנט, און אלעס פאר אומזיסט…
“ער איז געווען אן ארנטליכער מענטש אין שולע, און געגליכן צו לערנען. אבער געלט האט ער געפאטשקעט וויפיל ס’איז געגאנגען פאר זיינע אנשואויאונגען זייענדיג אין פאקיסטאן, אונטערן שלייער פון פאמילע געברויכן.
ווען מען האט געפרעגט די מאמע אויב זי האט פארדעכטיגט אז איר זון וועט איין טאג ווערן א דזשיאהדיסט, האט זי געענטפערט “עס איז מיר אין לעבן נישט בייגעפאלן אזא זאך”.
וואס איז געווען אייער געפילן הערנדיג אז אייער זוהן איז געווארן אן ארכי טעראריסט?
ענטפער: מיר זענען געווען צושטורעמט און אויפגעשאקלט, מיר האבן אזוי שטארק נישט געוואלט ס’זאל געשען, פארוואס האט אים אויסגעפעלט צו ווערן אזא איינער?”
לויט די פאמיליע, האבן זיי דאס לעצטע מאל באגעגנט אסאמא אין יאר 1999, אין די יאר וואס זיי האבן אים צוויי מאל באזוכט אין זיין מיליטערישע באזע אינדערויסן פון קאנדאהר. “דאס איז געווען נעבן די לופטפעלד וואס זיי האבן פארכאפט פון די רוסן. ער האט זיך זייער שטארק געפריידט אונז צו אויפנעמען, און אונז ארומגענומען אינעם באזע. ער האט אונז געקוילעט א שעפסל און אונז עס געבראטן, ס’איז געווען ממש חגא דארט”.
א האלבע ברודער פון אסאמא זאגט אז די מאמע איז זייער צובראכן אז איר זון האט זיך דערקייקלט צו אזא שטאנדפונקט, און זי האט נישט ליב געהאט ווען מען האט אים באשולדיגט אין מאסן מארד. אנשטאט, באשולדיגט זי זיינע ארומיגע וואס האבן אים אויפגעהעצט און אנגעדרייט צו מארדן און אנברענגען כאאס און טעראר איבער דער וועלט. זי פערזענליך האט אייביג געזען אין אים א וואויל קינד, און קיינמאל נישט משלים געווען מיטן פאקט אז ער איז א דזשיהאדיסט.
דער ברודער האט צוגעלייגט אז הערנדיג איבער די מאסיווע אטאקעס קעגן אמעריקע וואס אסאמא בין לאדין האט אזוי קאלטבלוטיג קאארדאנירט, זענען זיי געווען שאקירט. “מיר זענען געווען שאקירט, ממש שאקירט. דאס איז געווען גאר א מאדנער געפיל, מיר האבן שוין געשפירט אין די ערשטע אכט און פערציג שעה אז אסאמא שטייט אונטער דעם, און די בושה האט געברענט אין אונז, פון דער ערשטער ביזן לעצטן האבן געוויסט אז פון יעצט און ווייטער קומט פינסטערע טעג אויף אונז, און מיר וועלן טראגן גאר ביטערע קאנסעקווענסן פאר זיין נידריגע אטאקע.”
“יעדער אין די פאמיליע וואס איז געווען אין אויסלאנד, האט באלד געכאפט הענט און פיס, און געקומען צוריק צו לויפן אהיים קיין סאדיע אראביע. עס זענען געקומען ברודער פון איבעראל, סיריע, לבנון, עגיפטן און אייראפע. און אונזער שרעק איז נישט געווען אומסזיסט, די רעגירונג האט אונז אויסגעפארשט און געמוטשעט, און פאר א לענדערע צייט האבן מיר נישט געהאט קיין ערלויבעניש צו פארלאזן דאס לאנד”.
די אינטערוויו ווייזט, אז דער אזויגערופענער העלד, דער ארכי מערדער און טעראריסט בין לאדין, האט אפילו פאר זיין אייגענע פאמיליע געברענגט בזיונות, און ער איז גארנישט באטראכט געווארן ווי א העלד אין זייערע אויגן, נאר ליבערשט אלס א דארן אין אויג. א ליבליכע דארן…