אנאליזן און אבזערוואציעס בילדער

לענגערע באריכט: פאליציי אין קוויבעק לאדענען איין היימישע עסקנים, צו מיטהאלטן שיסעריי-דריל

פון ר’ צו ל’ ר’ זיידע מייערוויטש, ר’ יחזקאל שווארץ, ר’ יעקב אהרן הערשקאוויטש, אן אפיציר, העסקן ר’ אייזיק ווייס און נאך אן אפיציר

 אין שאטן פון עטליכע שווערע שיסעריי אטאקעס איבער די וועלט:

עסקנים האפן צו קענען אימפלעמענטירן וויכטיגע זיכערהייט מאסנאמען אין חרדי’שע מוסדות התורה, און טון השתדלות צו אהערשטעלן די קריטיש וויכטיגע ‘ונשמרתם מאוד לנפשותיכם’ רעאקציעס, על כל צרה שלא תבוא

באריכט ערשינען ארגינעל אין מאמענט מאגאזין

אין א וועלט ווי מערדער מיט וואפן געבן כסדר אויס זייערע אינערליכע טרויער, שווערע צייטן און ראדיקאלע אנשויאונגען מיט’ן שטורעמען פובליק ערטער, און עפענען הייס-פייער, צילנדיג צו אוועקנעמען די לעבנס פון ווי מער מענטשן רח”ל, איז זייער וויכטיג צו אונטערנעמען וויכטיגע זיכערהייט טאקטיקן, און טון השתדלות אז על כל צרה שלא תבוא, עס קומט אונטער א געפאר, זאל מען זיין צוגעגרייט און בס”ד פארמיידן סיי וועלכע מענטשליכע שאדנס.

שטייענדיג נאך די ברוטאלע שיסעריי-אטאקעס אין ניו-זילאנד ווען א פארשוין פול מיט האס האט געשטורעמט 2 באזונדערע קירכעס און אומגעברענגט איבער 50 מענטשן, איז געווארן שטארק ארויסגעהויבן די פאקט, אז די ערשטע קירכע, ווי די טירן זענען געווען ברייט אפן און אומצוגעגרייט צו אזא סארט אטאקע, זענען פיל מער מענטשן אומגעקומען, דאקעגן אין די צווייטע קירכע, ווי דער שיסער האט זיך אנגעשטויסן אין פארשפארטע טירן, און געדארפט שווער ארבעטן זיך אריינצוזען אין די געביידע, האט עס געגעבן אסאך מער צייט פאר די פאליציי צו ערשיינען, און די נויטיגע זיכערהייט מאסנאמען האבן זיך אויסגעצאלט ווען די צאל קרבנות זענען געווען אסאך ווייניגער.

מיר ווייסן אלע די הלכה אז עשיו איז א שונא פאר יעקב, און די אטאקע אויף די ‘טרי-אוו-לייף’ שול אין פיטסבורג, האט דערמאנט אז מיר זענען אין גלות, און ס’איז וויכטיג צו אונטערנעמען כאטש די מינימאלע זיכערהייט מאסנאמען אין געביידעס ווי עס לערנען און האדעווען זיך די הייליגע אידישע קינדער.

דעריבער האבן עסקנים און מוסדות פירער אנגענומען די איינלאדענונג פון די לאקאלע פאליציי וועלכע פירן דורך פארשידענע פראגראמען צו איינשטעלן זיכערהייט און שוץ פלענער אין פאל פון חס ושלום, סיי וועלכע פארעם פון אטאקע אויף א היימישער אידישער מוסד, ארבעטנדיג האנט ביי האנט מיט די אינסטאנצן, זענען די עסקנים געפירט געווארן צו א נישט אידישער שולע, ווי מען האט טרענירט און אויסגעלערנט די קינדער פון קליין ביז גרויס, וויאזוי צו באהאנדלען א שיסער, רעאגירן אין פאל פון אן אטאקע.

די אפיצירן שילדערן וויאזוי די פאליציי וועלן שטורעמען די געביידע, און צייגט די סעפטי פלאן אין פאל פון סיי וועלכע אטאקע, מיט דירעקציעס און אנווייזונגען ווי עס געפונען זיך די טירן און אויסשטעל פון די געביידע

מיר זענען אויך געווארן איינגעלאדנט מיטצוהאלטן און שרייבן איבער דעם וויכטיגן טעמע, און גלייכצייטיג ברענגען א געשמאקער באריכט פאר ‘מאמענט’ וויאזוי עס זעט אויס אזא סארט שיסעריי דריל.

די טאג פון די דרילל

עס א געווענליכער טאג, אין די פובליק שולע אין ‘סעינט-טערעיס’ געגנט אין בויסבריענד קוויבעק אין קאנאדע. עטליכע הונדערט קינדער זיצן אין די קלאסן, נישט האבנדיג דאס מינדעסטע השגה אז א דראמאטישער דרילל גייט יעצט ווערן אויפגעשפילט אין זייער שולע-געביידע.

עטליכע צענדליגע פאליציי אפיצירן דרייען זיך ארום מיט נאטיצן ביכער און פעדערס, די פאליציי האט עטליכע צילן דא, צווישן זיי צו אבזערווירן די פירות פון זייער הארעוואניע וואס זיי פלאנצן שוין איין א לענגערע צייט, און ווילן זען וויאזוי עס גייט אויסזען א פאקטישער דרילל, דעם ערשטן מאל אן דעם וואס די קינדער זאלן דערפון וויסן.

אויך זענען זיי דא מיט די ציל צו צייגן פאר עטליכע עסקנים און אקטיוויסטן פון די אידישע מוסדות התורה אין קרית טאהש, און מאנטרעאל וויאזוי זיי רעקאמענדירן אהערצושטעלן די גאר וויכטיגע רעאקציעס אין פאל פון חס ושלום א פאל ווי א פארדעכטיגער פארשוין שפאצירט אריין אין א געביידע. צווישן די עסקנים און מוסדות פירער האבן זיך אנגעזען די מענעדזשער און פרינציפלס פון די בית צירל מיידל שולע אין קרית טאהש, וועלכע האבן שוין געמאכט אסאך פארשריט אין דעם הינזיכט, פארשטייענדיג די וויכטיגקייט פון אוועקשטעלן זיכערהייט מאסנאמען און טון השתדלות, און פארשטייער פון עטליכע ארגענעזאציעס ווי חברת שומרים, חברים, און הצלה. די פאליציי האט נישט פארגעסן אויסצולויבן עטליכע מוסדות אין שטאט וואס האבן שוין אנגעהויבן אונטערנעמען אדער ערנסט אריינקוקן אין פלענער צו פארזיכערן די געביידעס, צווישן זיי די סאטמארע חדר אין שטאט און נאך אנדערע.

דער פאליציי-טשיף וואס פירט אן די גאנצע אפעראציע געבט ארויס באפעלן פאר זיין שטאב, ער צייגט אונז די פלאן, און דערציילט וואס די קינדער זענען געלערנט צו טון. די געביידע האט עטל

העסקן ר’ אייזיק ווייס אין א שמועס מיט די אפיצירן, איבער די וויכטיגקייט פון איינשטעלן זיכערהייט מאסנאמען אין חרדי’שע מוסדות התורה געביידעס

יכע איינריכטונגען, און ווי נאר מען צינדט אן דעם אלארם וועלן זיך אלע הויפט טויערן אויטאמאטיש פארשליסן, און דאן ארום 30 סאקונדעס שפעטער וועלן זיך אלע קלאס צימערן פארשליסן מיט אויטאמאטישע עלעקטראנישע שלעסער. מיר הערן צו מיט שפאנונג די אלע אינטערסאנטע דעטאלן, און דער פאליציי אפיציר געבט אריין דעם באפעל צו אלע זיינע אונטערטאנען זיך צו שטעלן אויף די פאזיציעס, נעמליך אן אפיציר ביי יעדן קלאס צימער, ער ציילט ביז דריי און אקטיוויזירט דעם סיגנא

ל…

1… 2… 3… דרילל גייט אריין אין קראפט

א פראפעסיאנאלע און רואיגער מעסעדזש צינדט זיך אן אויף די הויכהילכער אויסרופנדיג בערך ווי פאלגנד: “עס איז דא א פארדעכטיגער פארשוין אין די געביידע, ביטע באשיצט אייערע לעבנס, אויב זענט איר נישט אין קלאס מאכט אייער וועג אהין, און יעדער איז פארבעטן צו טרעפן שוץ, די הויפט אריינגאנג ווערט פארשלאסן…” עס נעמט סאקונדעס און הונדערטער זאכן הייבן אן פאסירן אויפאיינמאל, א צאל קוויטשערייען פון טישן וואס ווערן צוגעשטופט צו די אריינגענג הערן זיך אין די צייט ווען אלע טירן עפענען זיך שנעל און די צענדליגע טיטשערס שטעקן שנעל ארויס די קעפ און בליקן רעכטס און לינקס, צו קוקן אויב עס זענען נישט פארבליבן קיין קינדער אינדרויסן.

איין אינגל וואס איז געווארן ארויסגערופן דורך די פרינציפל פון די שולע, אלס א פראבע צו זען אויב ער ווערט טאקע אריינגענומען אין א קלאס צימער איז טאקע שנעל איינגעלאדנט געווארן צו אריינגיין אין א צימער, איין טיטשער טראגט די אויפגאבע צו שנעל קוקן אין די ביה”כ און אנדערע פארשטעקטע ערטער וואס זעען זיך נישט אזוי גרינג אן, און ווען יעדער איז זיכער אז די קארידאר איז פריי פון מענטשן, פארלעשט מען די לעקטער, א שווארצע טישטעך ווערט ארויפגעהאנגען אויף די פענסטערס פון יעדן צימער אזוי אז עס געבט זיך א טויש די גאנצע אויסזען פון די גאנצע שטאק. פריער איז אלעס געווען באלאכטן, און מען האט געקענט אריינקוקן אין די צימערן, יעצט זעט אלעס אויס טונקל, ממש ווי קיינער זאל זיך נישט דא געפונען. די קינדער לויפן צו איין ווינקל אין זייערע קלאס-צימערן, לייגן זיך אראפ שטיל און די קלאס צימערן פארשפארן זיך אויטאמאטיש.

די פלאץ איז נישט צום דערקענען…

די אלע אויבנדערמאנטע זאכן האבן פאסירט אין בלי גוזמה צווישן 15 און 20 סאקונדעס, די טויש איז אומגלויבליך, פון איין מינוט צום אנדערן האט זיך געענדערט דעם פלאץ אזוי אז א פארשוין מיט בייזוויליגע פלענער וועט זיכער אפיאגן פון שטח, זעענדיג אז ס’איז נישט דא קיין לעבעדיגער מענטש אין די גאנצע פלאץ. די פאליציי אפיצירן האבן געשריבן נאטיצן, און אפגעכאפט די ‘טיימינג’ פון ווילאנג זאכן האבן געדויערט, זיי האבן אויסגעזען זייער צופרידן.

פארוואס העלפן די אלע זאכן?

דער פאליציי אפיציר האט דאן מסביר געווען אז ווען א גייסטיש-אומסטאבילער אדער בייזוויליגער פארשוין שפאצירט אריין אין א געביידע, איז ער אין א מצב וואס ווערט גערופן “טונעל-וויזיע” ער זע

די אפיצירן שמייכלען נאך סוקסעספולע דריל

ט גארנישט און טראכט נישט שכל’דיג. ער זוכט גערודער און שפירן פון מענטשן, איז אויב שפילט מען אים אויס און מען שטעלט אהער די פלאץ ווי קיינער איז נישט דא, איז אפילו ער קען טראכטן אז יעצט איז דאך די שעות וואס די שולע פונקציאנירט, און כאפן אז מען שפילט אים נישט אויס, איז ער נישט אין די מצב דאס צו אויסרעכענען און וועט לויפן ווייטער צו העכערע שטאקן, און ווייטערדיגע קארידארן זוכנדיג פאר קרבנות. דעריבער איז וויכטיג עס צו געבן אביסל צייט ווילאנג די פאליציי קען אנקומען און שטורעמען די געביידע.

ווען אזא פארשוין שטויסט זיך אן אין קאמפליקאציעס, געבט עס צייט וואס איז קריטיש וויכטיג. ער ווערט געשטערט מיט פארשפארטע טויערן און קלאס טירן, פולע טישן אנגעהויפנט ביים טיר אז אפילו ער באווייזט דאס יא אויפצוברעכן, און זיך נישט וויסנדיג מאכן פון די טונקעלע קארידארן, ווערן די קינדער נישט באמערקט ליגנדיג ביי אן אומזעבארע ווינקל זייער צינויפגעפרעסט, אונטער א שטילקייט וואס געבט דעם איינדרוק אז עס געפונט זיך נישט קיינער דא, די באדעקטע פענסטער און פוסטע געביידע, מיט אלע אפיסעס פארשלאסן און עלעקטער פארלאשן מאכן דעם פארדעכטיגטער דערשראקן אז ער טוט גארנישט אויף און האט בטעות אריינשפאצירט אין א שולע וואס איז יעצט נישט אפן בכלל.

איין קלאס הייבט אן זינגער…

דאן האט פאסירט א שטיקל דורכפאל ווען איין קלאס האט אויסגעפונען אז דאס איז א דרילל און באשלאסן צו מאכן אביסל “טראבל” זיי האבן אנגעהויבן זינגען און קלאטשן צו צייגן אז זיי זענען קלוגער ווי מען מיינט, ווען עטליכע פאליציי אפיצירן זענען אריינגעלאפן זיי שטיל מאכן, זיי האבן דאס נאטירט און אנגעצייגט אז זיי וועלן דאס דארפן באהאנדלען. די פאליציי האט געוואלט קיינער זאל נישט כאפן און אזוי ארויסהאבן וויאזוי די קינדער זענען טרענירט.

איין קלאס צימער איז געווארן געעפנט פאר’ן צוועק פון צייגן די עסקנים וויאזוי די קינדער ליגן ביים ווינקל איינגעקורטשעט, און שטיל, די טרענירונג האט שטארק באאיינדרוקט אלע אנוועזנדע.

פרישע מעלדונג אין די הויכהילכער

דאן האט זיך א פרישער אלארם אנגעצינדן, דאסמאל מעלדנדיג אז דער פארשוין איז ארעסטירט, און פאליציי וועט באלד אויסרופן ווען מען קען פריילאזן די קלאסן. די פאליציי וויל דורכפירן אויספארשונגען, און מאכן זיכער אז עס האנדלט זיך טאקע פון נאר 1 מענטש, און אזוי ארום פארמיידן איבערראשונגען פון מעגליכע אויסבאהאלטענע געפארן. איז פארוואס פעלט אויס די אלארם?

דער אפיציר איז מסביר אז מען צינדט אן די 2-טע אלארם ווען די פאליציי האט שוין ארעסטירט איינעם און האט שוין קאנטראל, איבער די געביידע, דאך ווילן זיי מאכן זיכער אז עס זענען נישט דא קיין עמערדזשענסיס אדער קינדער וועמען מען דארף ארויסנעמען פון די קלאס צימערן. דעריבער וועלן די קינדער סיגנאליזירן די פאליציי אויב אלעס איז אין ארדענונג, צי פארקערט, אז מען דארף הילף, מיט א ספעציעלע סיסטעם.

אין יעדע קלאס צימער געפונט זיך א האלטער ווי עס ליגן עטליכע סארט קאלירן צעטלעך. דער טיטשער וועט אפשאצן אויב יעדער זעט אויס פיין, אדער עס זענען דא קינדער וואס זענען דערשראקן. א גרינע צעטל מיינט יעדער איז מסודר, און אויב חלילה א קינד נעמט עס אביסל שווער, וועט אים די פאליציי ארויסנעמען און אהיימטראגן, און דאס וועט מען מודיע זיין פאר די פאליציי מיט’ן אנגרייטן א רויטן צעטל, און ביים צווייטן מעלדונג אויף די הויכהילכער וועלן פון אלע קלאסן ארויספליען פון אונטערן טיר די ספעציעלע צעטלעך.

פאפירן ביי אלע טירן

די קלאס צימער איז טונקל, אויסזעענדיג ווי פארלאזט און ליידיג

“געבט א קוק,” צייגט דער אפיציר אין ריכטונג פון די קארידאר אנגעפולט מיט קלאס צימערן, זיי דארפן אין 2 סאקונדעס אנהויבן ארויסשטופן די צעטלעך. יעדער קוקט מיט שפאנונג אין ווי א קווייער וואס זינגט אין טאקט, ווי פון אלע צימערן פליען צעטלעך, אלעס איז געווען גרין, באדייטנדיג אז אלעס איז מסודר.

דרילל געענדיגט, באצייכנט אלס א סוקסעס

די פאליציי האט דאן אקטיוויזירט דעם לעצטן סיגנאל וואס רופט אויס אז די פלאץ איז פריי פון פארדעכטיגטע פארשוינען און מען קען ארויסקומען פון די קלאסן. אלע שלעסער האבן זיך אויטאמאטיש געעפנט און געזיכטער האבן זיך נייגעריגערהייט אנגעהויבן ארויסשטעקן פון אלע צימערן, אבזערווירנדיג מיט נייגער ווי צענדליגער פאליציי-אפיצירן און חרדי’שע עסקנים באלאגערן זייער שולע.

די עלעקטריציטעט האט זיך אנגעצינדן, טישן צוריקגערוקט אין פלאץ, די ספעציעלע גבאים וואס זענען געשטעלט אוועקצולייגן אלע פראדוקטן גענוצט אין די דרילל האבן צאמגעלייגט די שווארצע טישטוכער און אויפגעהויבן די סיגנאל פאפירן צו מאכן זיכער אז עס איז גרייט אין די האלטער ווי עס באלאנגט.

די פאליציי האט אפלאדירט די שטאב פון די שולע און די קינדער אויף די גאר געלונגענע דרילל, (און זיך פארענטפערט אז די קינדער פארשטייען גאנץ גוט ווען א מצב איז עכט, און די קלאס וואס האט זיך צעזינגען האט פארשטאנען אז עס איז נישט עכט, און אין פאל פון אן ערנסטער דרילל זענען זיי גוט טרענירט, און דאס דער עיקר) און ארויסגעהויבן ווי וויכטיג עס איז צו זיין גרייט אין אזא סארט אונטערקומעניש. וואס השי”ת זאל אפהיטן און האלטן זיין רעכטע האנט, מען זאל קיינמאל נישט דארפן דורכגיין.

די אפיצירן האבן דאן ארומגעשמועסט וויאזוי מען קען איינפירן ענליכע איינריכטונגען אין די חרדי’שע מוסדות, אפגעבנדיג א דאנק פאר די עסקנים וואס האבן דאס צושטאנד-געברענגט, פארשטייענדיג די וויכטיגקייט פון אזא זאך. מען האט זיך דאן געשטעלט פאר בילדער און זיך געזעגנט אין א גוטן שטימונג.

 

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.