אין אן אינטערוויו פאר א איזראעלישע נייעס אגענטור, האט א הויכער ווייסע הויז באאמטער געזאגט אז די שלום פלאן פון די טראמפ אדמיניסטראציע, צווישן מדינת ישראל און די פאלאסטינער – וועלכע איז נאכנישט ארויסגעגעבן געווארן פאר די פאבליק – וועט זיין עפעס וואס יעדע פון די זייטן וועט דארפן נאכגעבן אביסל.
“די שלום פלאן קומט פאראויסצושטופן פרידן, און נישט פרישע געוואלדטאטן” זאגט דער באאמטער. “ווען מיר וועלן מעלדן איבער דעם פלאן, וועט דאס זיין נאכדעם וואס מיר וועלן זיך אדורכשמועסן מיט אלע אונזערע אליאירטע אין געגנט, און אונטער א שטארקער ראם וואס איז דעזיינט געווארן מיט אן אינערליכער פעסטקייט. מיר טוען פאראויסשאצן אז עס וועלן זיין פארשידענע רעאקציעס פון אלע זייטן, עס וועט אפילו זיין קריטיק צו אונזער פארשלאג, און עס איז נישט קיין ספק אז מען וועט דארפן צוקומען צו פשרות” זאגט ער.
ער לייגט צו אז די פארשלאג וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט פארצושלאגן דארף אנגענומען ווערן מיט א גוטער ווילן, גענוי ווי עס ווערט פרעזענטירט מיט א גוטער ווילן. אויף דעם וואס דער פאלאסטינער פי. על. או. סעקרעטאר גענעראל סאאיב עריקאט האט באשולדיגט אמעריקע אז מיט די שלום פלענער ווילן זיי אויפלעזן די פאלאסטינער אויטאריטעט, זאגט ער אז “דאס איז אבסאלוט נישט ריכטיג”.
דאס קומט אין ליכט פון דעם וואס אין די לעצטע פאר טאג האבן זיך קושנער און גרינבלאט געטראפן מיט פארשידענע פירער מיט איינפלוס אין די ראיאן, צו דיסקוטירן דעם שלום פלאן, צווישן זיי מיטן קעניג עבדאללא פון ירדן, דער פרינץ מוכאמאד בן סאלאמאן פון סאדיע אראביע, און מיט דעם עגיפטישער פרעזידענט אל פאטאח א-סיסי, מדינת ישראל פרעמיער נתניהו, און מיטן קעניג פון קאטאר.
פון די צווייטע זייט זענען די פאלאסטינער ווייטער פעסט מיט זייער שטעלונג אז אז זיי זענען נישט נייגעריג צו הערן וואס דער שלום פלאן איז, און זיי זענען נישט מסכים זיך אראפצוזעצן מיט די שלום-שליחים, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעוויזן איינזייטיגקייט צו מדינת ישראל, מיטן אוועקשטעלן די אמעריקאנער אמבאסאדע אין ירושלים, א שטאט וואס די פאלאסטינער באטראכטן אלס זייער אייגענטום.