אידישע נייעס

א טיקעט אין ירושלים פאר א תפילין טישל

פארגאנגענעם פרייטאג האט די ירושלימער שטאט-ראט אפגעשטעלט א אידל וואס האט א טישל אין ירושלים, וואו ער שטעלט אפ פארבייגייער און טוט זיי אן תפילין. דער איז, א חבד’סקער מיטן נאמען דוב כהן, דערציילט אז ער האט שוין א לאנגע צייט די תפילין טישל, אבער עפעס האט מען זיך יעצט אנגעטשעפעט אין אים.

ווען דער שטאטישער אינספעקטאר האט אים געהייסן צו צוזאמענלייגן זיין טישל און אפטראגן פון דארט, האט ער זיך גע’טענה’ט אז ער האט שוין דעם טישל אפאר יאר, און צענדליגע מענטשן קומען צו אים טעגליך לייגן תפילין, אבער דער אינספעקטאר האט זיך גע’עקש’נט און אים געגעבן א טיקעט פארן אויפשטעלן א טישל אן א פערמיט פון די שטאטישע אינסטאנצן.

ווי דער איד דערציילט, האבן אים צענדליגע מענטשן אפגעשטעלט אויפן גאס און געפרעגט וואו זיין טישל איז, ווייל זיי האבן געוואלט לייגן תפילין, אבער ער קען גארנישט טון דערצו.

די געשיכטע האט געברענגט א שטיקל שטורעם מיט זיך, און דער ירושלימ’ער מעיאר האט געמאלדן אז ער טוט סוספענדירן די טיקעט פאר די אומלעגאלע פארלעצונג, אבער ער האט נישט געקענט באקומען קיין ערלויבעניש צו האלטן דעם טישל ווייטער אפן פאר פארבייגייער וואס ווילן לייגן תפילין.

למעשה האט דער איד היינט נאכגעקוקט אין די שטאטישע ביורא, און געזען אז דער טיקעט איז קיינמאל נישט סוספענדירט געווארן, טראץ וואס דער מעיאר האט פארשפראכן אז עס וועט מער נישט עקזיסטירן. אזוי אויך האט ער אפעלירט אז ווער עס ווייסט וואו ער קען ארויסנעמען א לעגאלע פערמיט זאל אים לאזן וויסן, ווייל דערווייל שיקט מען אים ארום פון איינעם צום צווייטן, און ער קען נישט אנהאלטן זיין תפילין טישל וואס גייט שוין אן פאר יארן.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.