אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

שפאנונג צום היסטארישן טראמפ-קים סאמיט

די וועלט שטייט מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם, צו מיטהאלטן די אנטוויקלונגען איבער די היסטארישן סאמיט צווישן דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ, און דער צפון קארעא טשעירמאן קים יאנג אן, וואס וועט פארקומען די וואך דינסטאג, אין סינגאפאר.

קים יאנג אן וואס האט א פאראניע אז מען וויל אים אפרוימען פון וועג – און פאר גענוג ריכטיגע סיבות – טוט אלעס אז עס זאל נישט קענען צושטאנד קומען. ער איז געקומען צו פארן מיט 3 אידענטישע פליגער’ס, און מיטגעברענגט אייגענע עסנווארג, אז מען זאל אים נישט פארגיפטן ערגעצוואו אונטערוועגנס. ווען קים איז אנגעקומען מיט זיין פמליא קיין סינגאפאר, איז ער אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד דורך דעם אויסערן מיניסטאר פון סינגאפאר, וויויאן בלעקרישנאן, וואס האט אים גערייכט די הענט מיט עהרע.

אין די זעלבע צייט איז פרעזידענט דאנאלד טראמפ געפארן קיין סינגאפאר באלד נאכן G7 סאמיט וואו ער האט זיך ארומגעשלאגן מיט לענדער איבער די שטייערן, און נישט אונטערגעשריבן די געמיינזאמע רעזולאציע סטעיטמענט מיט אלע איבעריגע באטייליגטע אין די סאמיט. אין א פרעסע קאנפארענץ האט ער געזאגט “איך גלייב אז צפון קארעא קען פארוואנדלט ווערן אין א געוואלדיגע לאנד, אויב זאכן ארבעטן ווי געפלאנט”.

טראמפ האט נישט פארגעסן צו צולייגן “אויב איז ער נישט באלד ערנסט, וועל איך תיכף פארלאזן דעם ארט”. ער האט אויך געזאגט אז ער וועט ארויפברענגען אויפן טיש די מענטשן רעכט פארלעצונגען וואס קומען פאר אין קים’ס רעזשים.

דאס קומט נאכדעם וואס טראמפ האט דאנערשטאג געמאלדן אז ער קלערט פון לאדענען דעם דיקאטור פון צפון פאר א באזוך אין וואשינגטאן, אין פאל די סאמיט האט גוטע רעזולטאטן, און דאס איז ליבערשט ווי א באזוך אין זיין מאר-א-לאגא זומער היים אין פאלם ביטש, פלארידע.

ווי טראמפ האט דערקלערט, איז דער סאמיט נישט בלויז עפעס סימבאליש, נאר ער זוכט דא “תכלית”, צווישן זיי איז מעגליך אז מ’וועט דארט אונטערשרייבן אן אפיציעלע ענדע דעקלעראציע אויף די לאנג פארצויגענע צפון קריג. פארט ווייסט ער אבער אז זאכן געשעען נישט אזוי שנעל, און מ’קען נישט אלעס אויסגלעטן מיט איין זיצונג. “מיר קענען אונטערשרייבן צוערשט איין אפמאך, און שפעטער וועט נאכפאלגן די שווערערע טיילן” האט טראמפ געזאגט.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.