אידישע נייעס

מצב הבריאות ביי כ”ק גאב”ד מעלברוין אין ארה”ק פארבעסערט

ערשט פארלאפענעם דינסטאג, האט הגה”צ הישיש רבי אברהם צבי הלוי בעק שליט”א אב”ד מעלברוין אויסטראליע, פארלאזט דאס ארט וואו ער האט געדינט אלס רב פאר איבער דרייסיג יאר, און געפארן קיין ארץ ישראל אויסצולעבן זיינע יארן בקדושה ובטהרה, נאכן שרייבן גאר א הרגש’דיגער בריוו צו זיין געמיינדע וואס ער האט אזוי געטריי געפירט, זיך בעטנדיג צווישן אנדערע אז מען זאל אים געדענקען און אינזין האבן צו מתפלל זיין פאר אים און זיין חשוב’ע רביצין, זיי זאלן האבן א רפואה שלימה.

אנקומענדיג קיין ארץ ישראל האט מען געמוזט אפרופן די גרויסע מעמד קבלת פנים, צוליב וואס דער געזונט צושטאנד ביים רב שליט”א לרפו”ש האט זיך ליידער פארערגערט. אום ליל שישי האט מען אריינגעפירט דעם רב שליט”א אין שפיטאל, אבער בחסדי השם האט מען בזכות תפילת רבים געהערט אז פרייטאג אינדערפרי האט דאס מצב באקומען א שטארקע פארבעסערונג, און מען האט באפרייט דעם רב פון שפיטאל.

די שבת קודש איז געפראוועט געווארן מיט די פילע תלמידים און מעריצים. מנחה האט מען אינאיינעם געדאווענט אין די נייע בית המדרש ‘ויצב אברהם’ וואס ווערט נאך געבויט אין בית שמש פארן גאב”ד שליט”א, נאך מנחה יז מען אריבער צום היכל הכולל פון אב”ד נחלת אהרן אין קרית רמ”א, וואו דער רב האט געפירט ווייטער א הערליכן שבת קודש, סיי די תפילות און סיי די הייליגע שלחנות. א באזונדער עמאציאנאלער מאמענט איז געווען ווען דער רב שליט”א האט ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התלהבות, פון וואס דער גאנצער ציבור איז מיטגעשלעפט געווארן מיט גרויס רגש און דערהויבנקייט.

עס האט זיך דערקענט אין אלע ווינקלען פילע חשוב’ע געסט פון איבעראל, צווישן זיי פון אמעריקע, אייראפע, און בפרט פון אוסטראליע, און דערווייל איז כלל ישראל ווייטער מתפלל און רייסט איין, לרפואתו השלימה פון  הגאון הצדיק רבי אברהם צבי בן שרה לרפואה שלמה בתוך שאר חולי ישראל.

עוד יאריך ימים על ממלכתו.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.