לאקאל און נאציאנאל

וואולקאן’ס “רויט” אוויאציע אלערט

האנאלולו – אמעריקאנער געאלאגישע באאמטע האבן נעכטן מיטוואך געהעכערט דעם ווארענונג שטאפל איבער’ן קילאוויא וואולקאן אין האוואאי, פון “אראנדזש” צו “רויט”, זאגנדיג אז די ריזיקע אז דער וואולקאן וועט פונדאסניי מאסיוו עקספלאדירן, איז פארשטארקערט געווארן. אויב וועט דער וואולקאן עקספלאדירן, באדייט עס אז ס’וועט שיקן ריזיגע שטיינער פאר הונדערטער פיס אין דער לופטן, שטעלנדיג א פרישע ערנסטע לעבנסגעפאר פאר איינוואוינער אינעם ראיאן. די “רויט” אלערט צילט בעיקר צו ווארענען די אוויאציע אינדוסטריע און פילאטן, אז טראץ וואס דערווייל איז נישטא א דירעקטער געפאר פאר פליגערס דורכצופארן העכער’ן וואולקאן, קען אבער די רויעך שטערן פון זען געהעריג בשעת מען פליעט העכער דעם, און אויך מיינט עס אז ס’קען עקספלאדירן יעדע ליאדע סעקונדע, און שעדיגן פליגערס וואס פארן העכער דעם.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.