אהייא – א צעשפאלטענע פענסטער אויף א סאוטוועסט עירליינס פליגער, האט געברענגט אז דער פליגער זאל מאכן אן עמורדזשענסי לאנדונג אין קליוולאנד, אהייא, אבער קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן. דער אינצידענט האט פאסירט אויף פלייט נומער 975, וועלכע איז ארויסגעפארן פון שיקאגא אויפ’ן וועג קיין ניו דזשערסי, און אינמיטן וועג האבן עטליכע פאסאזשירן געהערט גערודער ווי גלאז צעברעכט זיך. באלד האט מען באמערקט אז איינס פון די פענסטערס אויפ’ן פליגער האבן זיך צעשפאלטן, אבער די קאבינע האט נישט פארלוירן קיין לופט, און דעריבער זענען די אקסידזשען מאסקעס נישט אראפגעפאלן, און אויך האבן די פילאטן נישט אפיציעל דערקלערט אן עמורדזשענסי לאנדונג. דער אינצידענט קומט עטליכע וואכן נאכדעם וואס ס’האט פאסירט א פאטאלער אינצידענט מיט אן אויסגעשאסענעם פענסטער, אויך אויף א סאוטוועסט פליגער.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.