נעשוויל – פיר מענטשן זענען אומגעקומען ווען א פארשוין האט געשטורעמט א רעסטוראנט אין נעשוויל, טענעסי, און געעפנט פייער. דער פארשוין איז אריינגעקומען און האט אויסגעזען האלב אנגעטרונקען, בשעת’ן שיסן אויף די אומשולדיגע פארזאמלטע אינעם רעסטוראנט, און ווי עדות האבן איבערגעגעבן, האט נישט אויסגעזען ווי ער האט דירעקט געצילט איינעם אינעם רעסטוראנט.
דער פארשוין ווערט אצינד געזוכט דורך די פאליציי, וועלכע האבן אים אידענטיפיצירט אלס דער 29 יעריגער טרעוויס רעינקינג, וועלכער איז פאראיאר ארעסטירט געווארן צוליב א זיכערהייט אינצידענט נעבן ווייסן הויז. מען האט געהערט פון א העראאישן מאן ביים נאמען דזשעימס שאו, וועלכער איז אויפגעשפרונגען און ארויסגעכאפט דעם רעוואלווער פון רעינקינג’ס האנט, און אזוי ארום אפגעשטעלט די שיסעריי.