אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

נייע ברעקזיט טראנזישאן דיעל

בריסל – נעכטן האבן געמאלדן פירער פונעם אייראפעאישן פאראיין און די בריטישע רעגירונג, אז זיי האבן דערגרייכט א דיעל איבער וויאזוי עס וועלן אנגיין די באציאונגען צווישן אייראפע און ענגלאנד, אין לויף פון די מאנאטן וואס מען וועט דורכגיין דעם פראצעדור פון זיך גענצליך אפרייסן איינער פון צווייטן. דער אפמאך זאגט אז די פעריאדע פונעם טראנזישאן וועט אנהאלטן פון מערץ 29 יאר 19′ ביז דעצעמבער 31 יאר 020′, און אין לויף פון דער צייט וועלן בריטישע בירגער אין אייראפע, און אייראפעאישע בירגער אין ענגלאנד, ווייטער האבן די זעלבע סארט רעכטן ווי בעפאר’ן ברעקזיט. אויך זאגט דער טראנזישאן דיעל אז ענגלאנד וועט קענען פירן האנדלס געשפרעכן מיט אינדיווידועלע אייראפעאישע לענדער אין לויף פון דער טראנזישאן פעריאדע.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.